רוסישע פארשער האבן געטראפן נעבן די שטאט נאווגראד – 360 קילאמעטער פון מאסקווע – א מאסן קבר פון איבער 3,000 מענטשן וועלכע זענען געשאסן געווארן און טייל זענען גאר באגראבן געווארן לעבעדיגערהייט ה”י, דורכאויס דעם צווייטן וועלט קריג.
די אומגעקומענע זענען געווען מענער, פרויען און קינדער – וועמען די נאציס האבן קאלטבלוטיג ערמארדעט אומשולדיגערהייט.
אויף פילע פון די קעפ האט מען געפינען צייכענעס פון קוילן, און די די. ען. עי. צייגט אז מען רעדט פון א קאלירפולע עטנישע רציחה.
די אנטפלעקונג קומט נאכדעם וואס פארשער האבן דארט געפינען מאגאזינען מיט אויטאמאטישע געווער וועלכע איז נישט פראדוצירט געווארן דורך רוסלאנד.
דאס ארט איז געווען באקאנט אלס א פלאץ וואו די נאציס האבן אומגעברענגט מאסן רוסן, אבער ביז היינט האט מען קיינמאל נישט געקענט טרעפן ברוכווארג אדער לעבעדיגע עדות וואס זאל באשטעטיגן, כאטש וואס ס’איז יא פארבליבן געציילטע בילדער פון די שרעקליכע רציחות.
אצינד האט מען געטראפן א ריזן מאסן קבר וואס באשטעטיגט עס, און מען האט אנגעהויבן ארויסצוציען די סקעלעטן, פארשער גייען נאך יעדע איינע פון זיי צו געוואר ווערן ווער זיי זענען געווען, און פון וואנעט זיי שטאמען.
ווי מען ווייסט זענען פארהאנען זעקס אזעלכע מאסן גרובער אין געגנט, און די פארשער ארבעטן שווער צו אנטדעקן די איבעריגע פינף. דארט האט מען אומגעברענגט אלע סארט מענטשן, פון אידן, ביז להבדיל פארטיזאנער, געפאנגענע, רוסישע סאלדאטן און ציגיינער. כדי צו שפארן קוילן האבן די רוצחישע נאציס ימ”ש באגראבן לעבעדיגערהייט די שוואכע און קראנקע לייט.