א 27 יעריגער פארשוין מיטן נאמען טשעיס בליס קאלאסאדרא איז ארעסטירט געווארן נאכן סטראשען פרעדיזענט טראמפ’ס אידישער איידעם יואל חיים – אדער באקאנט אלס דזשעראד – קושנער, וואס דינט אלס הויכראנגיקער ראטגעבער אין די ווייסע הויז.
קאלאסאדרא וועלכער וואוינט אין סיאטל, וואשינגטאן, האט ארויסגעשיקט מעסעדזשעס אויף סאציאלע פלאטפארמעס אז ער וויל אומברענגען קושנער. ווי ער שרייבט איז טראמפ “דער קנעכט פון די אידן”, און דאס קומט וויבאלד זיין אידישער איידעם קושנער טוט מיט אים לויט זיין באגער.
כאטש וואס ער איז שוין לאנג אונטער די ראדאר, האט מען ערשט יעצט ארעסטירט נאכדעם וואס ער איז געגאנגען איינקויפן געווער, וואס האט געברענגט פארדאכטן אז ער האלט ביים פארווירקליכן זיינע פינסטערע פלענער.