ארטיקלען און געדאנקען

א בליק אויף צוריק: א באזוך אין פּאסטוויל – די אנהויב פון פרשת רובאשקין

אריינפיר דורך אידישער ווינקל: כלל ישראל איז נאך איינגעהילט אין שאק מיט די אומגלויבליכע נייעס אז דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן האט באשלאסן אויסצונוצן זיין מאכט, און זיין דער שליח פון הימל צו באפרייען רבי שלום מרדכי רובאשקין הי”ו שניידנדיג זיין אורטייל פון 27 יאר נאכן זיצן נאר 8 דערפון. די נייעס האט אריינגעווארפן כלל ישראל אין א פרייד וואס מען האט שוין לאנג נישט געזען, און די סצענעס וואס האבן זיך אפגעשפילט אין אלע געגנטער האבן געוויזן וואספארא קשר כלל ישראל האט אויפגעבויעט מיט ר’ שלום מרדכי.

די פרייליכע ענדע: העסקן ר שמעון ראלניצקי הי”ו פארברענגט גוטמוטיג מיט ר שלום מרדכי רובאשקין מוצאי שבת ויגש, ביי א הכרת הטוב אוונט פאר די עסקנים

ווען האט זיך אבער אנגעהויבן דעם שטארקן קשר? וויאזוי האבן די עסקנים באוויזן אויפצואוועקן און אויפשטורעמען די אידישע גאס? און וויאזוי איז די פרשה פון רובאשקין געווארן אזוי באקאנט? די ענטפער דערויף איז באקאנט פאר יעדן, די עסקנים האבן גענוצט די פלאטפארמעס פון קול מבשר, און די גאר פאפולערער אידישער אויסגאבע “דער שטערן” און “שפאקטיוו” ווי דער באגאבטער און געלונגענער שריפטשטעלער ר’ שמעון ראלניצקי הי”ו האט מיט זיין טאלאנט פון אריינפירן זיינע ליינער אין די טעמע פון וואס ער שרייבט, אפגעשריבן א סעריע פון גאר הארציגע און אינפארמאטיווע ארטיקלען איבער זיינע באזוכן אין אייאווע, און איבער די גאנצע פרשת רובאשקין, און דאס איז געווען די אויל צום פייער, ווען דורך דעם איז געווארן אנגעצינדן דעם אייפער צו ארויסהעלפן ר’ שלום מרדכי אין אלע אידישע געגנטער.

יעצט ווען די קאפיטל היסטאריע שליסט זיך מיט א זיסע ענדע, האט מען אין דער “שטערן רעדאקציע” ערהאלטן הונדערטער פארלאנגען בלי גוזמא אז מען זאל ארויסשטעלן די ארטיקלען, אזוי אז מען זאל זיך קענען דערמאנען וואס עס זענען זיך פארלאפן דורכאויס די יארן, און איבערפרישן די זכרונות וואס האבן זיך אפגעשפילט אין די ביטערע אנהויב פון די רובאשקין פרשה.

אט שטעלן מיר פאר די ארטיקל וואס איז ארגינעל געלאפן אונטער די קעפל פון “א באזוך אין פּאסטוויל – די (געפאלענע) אימפּעריע פון די רובאשקינס” געשריבן אונטערן איינדרוק פון די באזוך וואס העסקן ר’ שמעון ראלניצקי הי”ו האט אפגעהאלטן ביי די פאמיליע פון ר’ שלום מרדכי רובאשקין הי”ו און אין די שטאט אייאווע. די ארטיקל איז געווען פובליצירט אין דער שפאקטיוו און וועט דינען אלס אינטערסאנטע בליק אויף צוריק.

פאלגט נאך פאר נאך אינטערסאנטע ארטיקלען, און דעקונג איבער די רובאשקין באפרייאונג, דא אויף אידישער ווינקל. ליינט און האט הנאה


שבת אין אייאווע


נאכ’ן אונזער גייסטרייכן באזוך ביי ר’ שלום מרדכי רובאשקין אין טורמע, האבן מיר זיך ארויסגעלאזט קיין פּאסטוויל, וואו מיר האבן געפּראוועט א שבת מיט גרויס געהויבנקייט. מיר האבן זיך אויך געטראפן מיט פילע לאקאלע איינוואוינער, פונעם מעיאר פון פּאסטוויל ביז צום אויפזעער פונעם לאקאלן מאטעל, און געהערט פון זיי וויאזוי די רובאשקינס האבן גענומען א שטעטל וואס איז ניטאמאל געווען אויף דער מאפּע און אויפגעבויט איר עקאנאמיע; וויאזוי זיי האבן אויפגעשטעלט א אידיש שטעטל אין דער ווייטער אייאווע אויף א פארנעם וואס די וועלט האט נאכנישט געזען; און וויאזוי דאס גאנצע שטעטל, גוים ווי אידן, האבן געלעבט אויפ’ן חשבון פון זייערע ברייטהארציגע נדבות.

דער טיש איז הערליך געדעקט און צוגעגרייט, אַן אנגענעמער ריח פון די געשמאקע שבת’דיגע מאכלים שפּירט זיך אין דער לופטן; צענדליגער בענקלעך זענען אויסגע’שורה’ט ארום דעם לאנגען טיש. די טיר עפנט זיך און מאכט זיך צו; פרישע געסט קומען נאכאנאנד אָן, אריינגערעכנט בחורים פון דער לאקאלער ישיבה אין פּאסטוויל.

“א גוט שבת! א גוט שבת!” באגריסן זיך אלע ווארעם.

די משפּחה מיטגלידער און די פילע געסט נעמען אָן זייערע ערטער ארום דעם טיש.

די שטערן, וועלכע האט געשטורעמט מיט פרשת רובאשקין

איך קוק זיך ארום דעם גרויסן הכנסת אורחים צימער און איך זע וויאזוי אלע שיינען און לייכטן. ר’ שלום מרדכי רובאשקין האט א גרויסע פאמיליע בליעה”ר, אריינגערעכנט עטליכע קליינע קינדערלעך וועלכע בענקען זיך גאר שטארק נאכ’ן טאטן, אין צוגאב צו דעם זעכצן-יעריגן מוישי, דער אויטיסטיק קינד, וואס עס איז נפשו קשורה בנפש אביו און ער איז שטארק צעטראגן זינט זיין פאטער איז געגאנגען אין טורמע.

די סצענע האט מיך שטארק צעטרייסלט; איך האב זיך ארומגעקוקט איבער’ן צימער און עס האט מיר אנגעפאנגען צו שטיקן ביים הארץ. בלויז א טאג פריער בין איך געווען אויף מיין באזוך ביים ראש המשפּחה אין תפיסה; איך בין נאך געווען אונטער’ן רושם פון מיין באזוך ביי דעם דאזיגן ערליכן ג-טספארכטיגן איד, וועלכער איז מלא אמונה און בטחון, טראץ זיין שווערן מצב, און יעצט שטיי איך דא ביי ר’ שלום מרדכי’ן אין דיינינג רום און איך גרייט זיך צו פּראווען א סעודת שבת כדבעי, מיט דער רובאשקין פאמיליע, בשעת דער קרוין פון דער פאמיליע זיצט אין א קליינטשיקן צעל אין טורמע איינער אליין, און מוז זיך באגנוגן מיט אַן ארעמען קאלטן מאלצייט.

איך בין געווארן ארומגענומען מיט טרויער און קוים מיט שוועריגקייטן באוויזן צוריקצוהאלטן די שנירן טרערן וועלכע האבן זיך חוצפּה’דיג אנגעפאנגען אראפּצוקייקלען אויף מיינע באקן. אבער עס איז פארט געווען שבת ווען מען טאר נישט זיין טרויעריג און כ’האב זיך דעריבער געשטארקט און פּרובירט אוועקצולייגן מיינע קאלעמוטנע געפילן אין א זייט.

ר’ געצל רובאשקין, ר’ שלום מרדכי’ס עלטסטער זון, לאזט נישט דעם עולם ווארטן, נאר ער פאנגט תיכף אָן צו זינגען א ווארעמען “שלום עליכם” און ביז עטליכע מאמענטן איז דער גאנצער צימער איינגעהילט אין א ווארעמער אטמאספערע. דער צימער איז איין שטיק רוחניות, איין שטיק געהויבנקייט.

אלע האבן פייערליכע מיטגעזינגען, אבער איך האב שטילערהייט אונטערגעברומט בשעת מיין הארץ פּרובירט צו פארדייען דאס טרויעריגע בילד וואס האט זיך באוויזן פאר מיינע אויגן. א גאנצע משפּחה, קליינע און גרויסע קינדער, מוזן פּראווען אזעלכע טרויעריגע שבתים יעדע איינציגסטע וואך, ווייל זייער טאטע איז ברוטאל אוועקגעריסן געווארן פון זיי און אריינגעשליידערט געווארן אין טורמע אויף בייזוויליגע עלילות.

וויאזוי טראגן זיי דאס אריבער? וויאזוי קענען זיי אנגיין מיט זייערע טאג-טעגליכע לעבנס אין אזא מצב? וויאזוי קענען זיי פירן דעם שבת’דיגן טיש מיט אזא געהויבנקייט?

איך האב זיך נישט געדארפט לאנג מוטשען צו באקומען דעם ענטפער: מרת רובאשקין, ר’ שלום מרדכי’ס רביצין, איז פּונקט ווי איר מאן גאר א שטארקע פרוי מיט א ריינער אמונה און בטחון. זי מוטיגט כסדר די קינדער און ווייזט קיינמאל נישט ארויס קיין שוואכקייט אדער טרויער פארנט פון זיי, און מאכט זיכער אז די קינדער זאלן קענען ווייטער אנגיין אזוי נארמאל ווי מעגליך אונטער די אומשטענדן. (אזוי שטארק האלט זיך מרת רובאשקין, אז אויפ’ן פארלאנג פון עסקנים האט זי אנגעפאנגען צו רעדן צו אנדערע פרויען, וועמענ’ס מענער שמאכטן ליידער אין תפיסה, זיי צו געבן חיזוק און שטארקן אין זייערע שווערע מצבים.) זי האט געמאכט א החלטה ווייטער אנצוגיין מיט די נאבעלע הכנסת אורחים אקטיוויטעטן פון איר מאן טראצדעם וואס ער איז אין תפיסה און קיין געלט איז מער נישטא, נאכדעם וואס די רעגירונג האט במשרין ובעקיפין אוועקגערויבט אלע פארמעגנס פון ר’ שלום מרדכי און איבערגעלאזט די משפּחה בעירום ובחוסר כל.

איך בין געווארן גאר עמאציאנעל ווען כ’האב רעאליזירט וויאזוי אויף איין ארט אינמיטן דעם ריזיגן טיש איז אנגעגרייט צוויי חלות און א בעכער פאר’ן ראש המשפּחה. (ווי איינער פון די בחורים האט מיר געזאגט האט ר’ שלום מרדכי מקפּיד געווען צו זיצן אינמיטן דעם טיש, אינאיינעם מיט אלע אנדערע געסט און נישט אויבן אָן; ער האט געוואלט מאכן יעדן איינעם שפּירן אַן אייניגן מחותן ביים טיש און נישט געהאט קיין שום אינטערעסע צו פירן א מלוכה.) ר’ שלום מרדכי איז אין טורמע אבער זיין אנוועזנהייט שפּירט זיך אינעם צימער.

אסאך פיילן און שפּיזן האבן די פּראקורארן געשליידערט אין ריכטונג פון ר’ שלום מרדכי צוליב אט דעם גרויסן הכנסת אורחים צימער. אין געריכט-הויז האבן זיי געהאלטן אין איין דערמאנען פאר די דזשורארס אז ר’ שלום מרדכי האט דאס גרעסטע הויז אין פּאסטוויל, אז די דזשורארס זאלן באקומען דעם רושם אז ר’ שלום מרדכי האט געלעבט א רייך לעבן אויפ’ן חשבון פון זיינע ארעמע ארבעטערס און די ארעמע איינוואוינער פון שטאט. אלס איינער וואס האט באזוכט אינעם הויז האב איך געזען ווי ווייט דאס איז פונעם אמת. דאס הויז איז גרויס וויבאלד עס פארמאגט דעם גרויסן הכנסת אורחים צימער וואס ר’ שלום מרדכי האט געבויט, כדי צו קענען שטענדיג אויפנעמען אידן און זיי אנבאטן א ווארעמען מאלצייט.

אין פאקט איז דאס נישט קיין הויז נאר א הכנסת אורחים צענטער, וואו מענטשן קומען און גייען דורכאויס אלע צייטן פונעם טאג. אפילו יעצט אין זייער ביטערן מצב, הערשט דארט גאר אַן אנגענעמע אטמאספערע וועלכע מאכט יעדן איינעם וואס קומט דארט אריין זיך שפּירן כאילו עס איז זיין אייגן הויז. (פאר א קורצער וויילע האב איך געמיינט אז די פילע מענטשן וואס דרייען זיך ארום איבער דעם רובאשקין הויז זענען פאמיליע מיטגלידער און קרובים פון די רובאשקינס, וויבאלד אלע האבן זיך געשפּירט אזוי היימיש אינעם הויז און ארומשפּאצירט ווי ביים טאטן אין וויינגארטן. שפּעטער בין איך געוואויר געווארן אז דאס איז גאר א נארמאלע ערשיינונג ביי ר’ שלום מרדכי’ן אינדערהיים.)

חוץ פונעם פאקט אז דער הכנסת אורחים צימער איז אזוי גרויס צו קענען אקאמאדירן צענדליגער געסט, פארמאגט דאס הויז כמעט נישט קיין לוקסוס. דער ריזיגער טיש וואס לויפט לענגאויס דעם גרויסן דיינינג רום איז צוזאמגעשטעלט פון עטליכע פּלאסטישע טישן וועלכע זענען געקויפט געווארן אין “וואלמארט”. דאס גאנצע מעבל אינעם צימער באשטייט פון א קליינטשיקער “טשיינע קלאזעט” ביים ווינקל אין וועלכן ס’ליגט דאס ביסל זילבער פון דעם רובאשקין הויזגעזינד. (הרב פּנחס ליפּשיץ, דער הויפּט פּדיון שבויים עסקן האט ביי א מסיבה ביים נייטרער רב שליט”א אין שטוב פארציילט אז בלויז איין צימער אינעם רובאשקין הויז פארמאגט עיר קאנדישאן; דאס איז דער צימער וואס ר’ שלום מרדכי האט ספּעציעל צוגערעכט מקיים צו זיין מצוות כיבוד אב ואם, אז ווען זיינע עלטערן קומען אמאל אמאל אויף א באזוך קיין פּאסטוויל זאלן זיי האבן א באקוועמען צימער איינצושטיין.)


א באזוך אין א דריטע-וועלט לאנד?


עס איז שוין געווען נאכט, דעם נארוואס-פארלאפענעם דאנערשטאג פּר’ תזריע מצורע, ווען כ’האב איבערגעלאזט די טורמע וואו ר’ שלום מרדכי שמאכטעט, מיט ווארעמע וואונטשן אז ער זאל בקרוב ארויסגיין מאפילה לאורה, און כ’האב זיך ארויסגעלאזט אויפ’ן וועג קיין פּאסטוויל.

אייאווע, ווי כ’האב אייך שוין פארציילט, איז גאר פּרימיטיוו אין קעגנזאץ צו ניו יארק. רוב פונעם צוויי-און-א-האלב-שעה’דיגן וועג פון סידער רעפּידס קיין פּאסטוויל, ווערט געמאכט אויף שמאלע איין-ליניע צוויי-וועגן שאסייען.

דורכאויס דעם גאנצן וועג פארט מען צווישן פארמס. א שטארקער פארם גערוך שפּירט זיך אין דער לופטן די גאנצע צייט; דער ריח טוישט זיך כסדר, ווענדט זיך וואספארא ספּעציפישע באשעפענישן עס ווערן געהאדעוועט אין דעם ספּעציפישן געגנט. פאר מיר, דעם שרייבער פון די שורות, האט זיך אפטמאל געדאכטן אז איך געפין זיך אין אייראפּע אויף א נסיעה צו קברי צדיקים, ווייל אט אזוי האט אויסגעקוקט דער לאנגער וועג, און דאס איז דארט וואו די שאסייען זענען אויסגעפלאסטערט; אפטמאל גיט מען זיך א דריי און מען טרעפט זיך פארן אויף א זאמדיגן וועג. די ארויספאר-וועגן און אריינפאר-וועגן ביי די הייוועיס אין רוב ערטער זענען אויך גאר פּרימיטיוו; אנדערש ווי אונזערע “עקזיטס” וועלכע ברענגען אויטאמאטיש אריין אדער ארויס דעם דרייווער זענען דארט פאראן אזעלכע פּרשת דרכימס, אין וועלכן מען מוז זיך אפּשטעלן און מאכן א שארפן דריי. עס איז מאדנע צו פארן אויפ’ן הייוועי און זען וויאזוי קארס שטייען ביי דער זייט מיט דער נאז צום אנלויפנדן טראפיק און ווארטן אז דער פארקער זאל ווערן אביסל שיטערער אז זיי זאלן זיך קענען דרייען רעכטס אדער לינקס.

ביי א געוויסן פּונקט בין איך געפארן פאר א לאנגער צייט אויף אזא לאנגען און שמאלן שאסיי, איידער כ’האב רעאליזירט אז כ’האב נאכנישט געזען קיין איין קאר פאר די אויגן שוין פאר איבער א שעה. עס איז געווען א גראדער און לאנגער שאסיי וואס ציט זיך פאר צענדליגער מיילן. עס האט זיך מיר שוין כמעט געדאכטן אז איך בין ערגעץ וואו אין די הויכע רוימען און איך וועל אזוי פארן און פארן פאר אַן אייביגקייט און קיינמאל נישט אנקומען.

און דווקא די דאזיגע סטעיט האט באקומען די עהרע אז זי איז די ערשטע אין די פאראייניגטע שטאטן אנצופאנגען דעם פּרעזידענט פארמעסט. די פּרעזידענט קאנדידאטן געבן פאר דער דאזיגער סטעיט מער אויפמערקזאמקייט ווי פאר יעדער אנדערער סטעיט אין לאנד. פאר רוב פון זיי איז עס א גרויסע אפּקומעניש זיך צו דארפן שלעפּן פאר וואכן און מאנאטן אויף די שמאלע און אפטמאל-אומאויסגעפלאסטערטע שאסייען, בשעת’ן ארומקלעטערן איבער אייאווע צו זוכן שטימען.

איין מעלה האט אייאווע אז ס’איז כמעט קיינמאל נישטא דארט קיין טראפיק אנשטויסענישן. (אין אייאווע ווען דער דזשי-פּי-עס זאגט אייך אז דער וועג צום לופטפעלד דויערט צוויי און א האלב שעה מוזט איר נישט ארויספארן איין שעה פריער ווייל “אפשר וועט זיין טראפיק”…) די שאסייען זענען אלעמאל ליידיג.

(אגב, אַן איראָנישער עפּיזאד: ווען די בחורים פון דער ארטיגער ישיבה זענען צוריקגעקומען קיין פּאסטוויל נאך פּסח, צו אנפאנגען דעם נייעם זמן, האט זיי אפּגעווארט אינעם לופטפעלד א באס וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך דער ישיבה. דער דרייווער פונעם באס, אַן עלטערער מאן, איז געווען זייער אומרואיג און געזאגט די בחורים אז זיי זאלן זיך אונטעראיילן ווייל אט אט איז ראָש האוער. “ראש האוער?” האבן די בחורים געפרעגט ערשטוינטע, “זייט ווען איז פאראן אזא זאך ווי ראש האוער אין אייאווע?” “טענה’ט זיך נישט מיט מיר,” האט דער דרייווער זיי געענטפערט א בייזער, “יאגט זיך אונטער.” דער באס איז געפארן פאר א שעה איידער זיי זענען אנגעקומען צו א רויטן ליכט (וואס איז אויך א זעלטנהייט אין אייאווע…) “כ’האב אייך געווארנט,” האט דער דרייווער זיך צעשריגן א בייזער, “אז אויב יאגט איר זיך נישט צו וועלן מיר נאך בלייבן געשטראנדעט אינעם ראש האוער טראפיק. יעצט זעט איר…”)

עס איז געווען שפּעט ביינאכט ליל שישי ווען כ’בין אנגעקומען קיין פּאסטוויל. דער אנקום צום שטעטל איז איינגעמאלדן געווארן צו אונז דורך א קליינעם טאוול אויפ’ן הייוועי 18 וועלכער ווארנט מאטאריסטן אז מען זאל פארלאנגזאמען די שנעלקייט, ווייל אט אט דערגרייכט מען א באוואוינטע שטאט.

אזוי קוקט עס אויס אין פילע ערטער אין אייאווע; מען פארט נישט ארויס פון דער הייוועי כדי צו דערגרייכן א געוויסע שטאט נאר די שטאט געפינט זיך אויפ’ן פארנומענעם שאסיי; דער לאנגער הייוועי ווערט מיטאמאל פארוואנדלט אין דעם לאקאלן מעין סטריט; פון 75 ווערט דער ספּיד לימיט מיטאמאל רעדוצירט צו 25.

פּאסטוויל האט זיך אנגעפאנגען צו בויען אויף די צוויי זייטן פון דעם הייוועי, ווען עס קומט כסדר צו נאך א גאס און נאך א גאס. א בליק אויף דער מאפּע ווייזט אז פּאסטוויל איז א לענגלעכיגע שטאט צוליב דער סיבה.

א טאוול האט אונז אויפגענומען ביים אריינגאנג צום שטעטל. “פּאסטוויל,” איז געשטאנען מיט גרויסע ווערטער אויפ’ן טאוול, און אונטער דעם איז געשטאנען מיט קלענערע ווערטער דער סלאגאן פון דער שטאט, “האומטאון טו די וואורלד (היימשטאט צו דער וועלט)”; א רעפרענץ צום קאלירפולן צוזאמשטעל פונעם שטעטל זינט די רובאשקינס זענען אהינגעקומען.


א שטאט וואס איז נישט געווען אויף דער מאפּע


וויאזוי אידן זענען אנגעקומען צו דעם ווייטן פּאסטוויל איז פאר מיר א גרויסער חידוש, ווייל די שטאט איז ווי אַן אינזל אינמיטן א ים. טיף פארשטופּט און ארומגענומען מיט פארמס פאר מיילן און מיילן. די נאנטסטע שטאט איז צענדליגער מיילן אוועק. די שטאט איז אזוי ווי אן אינזל אינמיטן א רוישיגן ים. פאקטיש איז די שטאט נישטאמאל געווען אויף דער מאפּע ווען הרה”ח ר’ אברהם אהרן רובאשקין הי”ו, דער פאטער פון ר’ שלום מרדכי איז אנגעקומען אהין אום תשמ”ח, און אפּגעקויפט דאס באנקראטירטע נישט-כשר’ע שעכט-הויז פון שטאט, און עס גענצליך רענאווירט און אויסגעגעבן הונדערטער טויזנטער דאלאר אויפצושטעלן די מהודר’דיגסטע שחיטה וואס איז נאר געווען אין אמעריקע ביז דאן.

די געשיכטע פון פּאסטוויל איז שוין ברייט באשריבן געווארן אויף די שפּאלטנס פונעם שטערן/שפּאקטיוו. מיר וועלן דא נאר שרייבן דעטאלן וועלכע מיר האבן נאך קיינמאל נישט געשריבן: אין 840′ האט א געוויסער מר. דזשאול פּאסט פון קאטאראגוס קאונטי, ניו יארק באקומען ערלויבעניש פונעם מיליטער צו אקופּירן א מיליטערישע קאבינע, וואס איז געבויט געווארן דורך אמעריקאנער טרופּן אויף א לאנגען איזאלירטן וועג, צווישן צוויי מיליטערישע באזעס, פארט קראופארד און פארט אטקינסאן, אין אייאווע. דאס הויז האט געדינט אלס קווארטיר פאר טרופּן און מיליטערישע קוטשערס (בעלי עגלה) וועלכע מאכן דורך דעם לאנגען וועג צווישן די צוויי באזעס, אז זיי זאלן זיך קענען אפּרוען אינמיטן. מר. פּאוסט און זיין פרוי האבן גערייניגט דאס ארט, איבערגעצויגן די בעטן און געגעבן צו עסן פאר די טרופּן און זיך אפּגעגעבן מיט זייערע פערדן.

דאס מיליטערישע הויז איז געווען דאס איינציגסטע הויז פאר מיילן ארום. פאר די קומענדיגע אכט יאר זענען די איינציגסטע שכנים פון די פּאסטס געווען אינדיאנער, אבער דאן זענען די אינדיאנער פארטריבן געווארן פונעם ארט, אזוי ווי זיי זענען פארטריבן געווארן פון פילע אנדערע ערטער אין אמעריקע. אין יאר 849′ האבן געציילטע מענטשן זיך אנגעפאנגען צו באזעצן אין שכנות פון די פּאסטס און עס האט זיך ביסלעכווייז אנגעפאנגען צו בויען א קליינע דארף וואס האט באקומען דעם נאמען פּאסטוויל, טאקע אויפ’ן נאמען פון די ערשטע איינוואוינער.

פּאסטוויל איז שוין אלעמאל פארבליבן אַן איזאלירטע שטאט וואס איז בעיקר באזעצט מיט פארמער, רובם ככולם אפּשטאמיגע פון דייטשלאנד אדער פון דער שכנות’דיגער נארוועגיע. (ווי מר. דאג האנט, אַן איינוואוינער, פארציילט אונז איז דייטש געווען די שפּראך וואס איז גענוצט געווארן דורך אלע פארמער אינעם ראיאן ביז נישט אזא לאנגע צייט צוריק.) אבער

מיט ארום 25 יאר צוריק האט א קריזיס באטראפן פּאסטוויל. די שטאט האט מיטאמאל אנגעפאנגען צו ווערן אויסגעשפּילט. די נייע גענעראציעס האבן געצויגן צו מער פּראפעסיאנעלע פאכן ווי פארמעריי. די קינדער וואס זענען געפארן שטודירן אין די אוניווערזיטעטן און קאלעדזשעס זענען צוריקגעקומען פון דארט אנדערע מענטשן.

די שטאט האט אנגעפאנגען צו ווערן אויסגעשפּילט. הייזער זענען געשטאנען ליידיג, געוועזענע גרויסע ביזנעסער האבן געשימלט, געשעפטן האבן זיך געשלאסן, פארמס זענען קאנפיסקירט געווארן דורך די בענק און דער לאקאלער שפּיטאל האט פארקלאפּט זיינע טירן. ריעל עסטעיט איז געפאלן. די עקאנאמיע אין שטאט איז געגאנגען שלאפן. א קריזיס איז אנטשטאנען. די שטאט האט געהאלטן פאר א טאטאלן צוזאמענברוך.

ווען ר’ אברהם אהרן רובאשקין איז אנגעקומען קיין פּאסטוויל און אפּגעקויפט דאס לאקאלע שעכט-הויז איז ער אויפגענומען געווארן דורך די איינוואוינער ווי א מלאך מושיע. די גלויביגע קריסטליכע איינוואוינער האבן געזען אין אים אַן ענטפער צו זייערע געבעטן.

ר’ אברהם אהרן, וועלכער פירט אָן א געשעפט און א רעסטוראנט אין באר פּארק האט געשיקט קיין פּאסטוויל זיינע קינדער יאסי, שלום מרדכי, הערשי, און זיין איידים יאסי גורארי’, וועלכע האבן איבערגענומען און אנגעפירט דאס שעכט-הויז וואס האט באקומען דעם נייעם נאמען “אגריפּראסעסארס” (אין קורצן: “אגרי”. אדער ווי אלע לאקאלע איינוואוינער רופן עס מיט זייערע אייאווע אקצענט “אגרע”). צענדליגער אידן האבן זיך אריבערגעצויגן צו דער נייער אידישער שטאט פון איבער גאנץ אמעריקע, אייראפּע און ארץ ישראל, אריינגערעכנט אידן מיט שטריימל און ווייסע זאקן.

ווי עס איז וואויל באקאנט האט ר’ אברהם אהרן ממש געראטעוועט די שטאט פון אונטערגיין. ביז א קורצער צייט האט זיך דער מצב דראסטיש געטוישט. די עקאנאמיע האט אנגעפאנגען צו וואקסן און בליען. ריעל עסטעיט אגענטן וואס זענען ביז יעצט געווען כמעט ווי ארבעטסלאז זענען געווארן רייך איבערנאכט. הונדערטער לאקאלע איינוואוינער האבן באקומען דזשאבס אין דער נייער פירמע און ביידע זייטן זענען געווען שטארק צופרידן.

נישט בלויז די עקאנאמיע פון פּאסטוויל נאר די עקאנאמיע פונעם גאנצן ראיאן איז אויפגעראכטן געווארן און געבליבן אנגעוויזן אויף די רובאשקינס. ר’ שלום מרדכי האט אונז אנגעוויזן פון טורמע אז ווען זיין פאטער איז געקומען איז פּאסטוויל איז די שטאט באשטאנען פון 1,200 איינוואוינער און אינעם טאג ווען די רעגירונג האט דורכגעפירט דעם אנפאל און חרוב געמאכט אגרי האבן געוואוינט אין פּאסטוויל דריי מאל אזויפיל מענטשן.


די איינוואוינער זענען כפויי טובה


אבער וויאזוי האבן די איינוואוינער רעאגירט צו די געוואלדיגע טובות וואס די אידן האבן זיי געברענגט? נישט שיין, ווי מיר האבן שוין געשריבן. ביז א קורצער צייט האבן זיי פארגעסן דעם פאקט אז די אידן האבן געראטעוועט די לאקאלע עקאנאמיע, אין א בחינה פון “ויקם מלך חדש אשר לא ידע את יוסף.” עס האט זיך אויפגעוועקט אין זיי די אור-אלטע שנאה צום איד, און עס האבן זיך אנגעפאנגען ווילדע העצערייען קעגן די אידישע איינוואוינער פון שטאט.

“די אידן שניידן נישט זייער גראז,” איז געווען איינע פון די טענות.

“די לאקאלע איינוואוינער האבן אלעמאל שטאלצירט ווי שיין זייערע הייזער זענען,” זאגט אונז מעיאר לי רעקאו, “און ווי גוט זיי געבן זיך אפּ מיט זייערע גארטנס, און זיי זענען נישט געווען צופרידן וויאזוי די אידן געבן זיך אפּ מיט זייערע הויפן.”

“לעכערליך ביז גאר!” בייזערט זיך ר’ הערשי רובאשקין ווען מיר פרעגן אים דערוועגן, שטייענדיג פארנט פון זיין הויז (דאס גראז אין זיין הויף שיין גרין און געשניטן…) “מיר האבן נישט געשניטן דאס גראז יעדן איינציגסטן טאג נאר איינמאל א וואך אדער איינמאל יעדע צוויי וואכן. שרעקעדיג ביז גאר…”

למען הפּינקטליכקייט דארף מען דערמאנען די ליינער אז עס רעדט זיך פון דייטשע אפּשטאמיגע ביי וועמען “ריינקייט און ארדענונג” איז דאך די וויכטיגסטע פּריאריטעט.

אַן אנדערע טענה איז טאקע געווען אז די אידן זענען נישט העפליך ווייל זיי גריסן נישט יעדן איינציגסטן מענטש וואס גייט זיי פארביי ווי עס איז געווען דער ביז-דעמאלטיגער מנהג אין שטעטל. (עס איז גראדע געקומען צו שמייכלען פאר’ן שרייבער פון די שורות, ווען שפּאצירנדיג אויף די גאסן פון פּאסטוויל איז מיר פארבייגעגאנגען אַן עלטערע פרוי, וואס באגריסט מיך מיט א “העלא” בשעת אויפ’ן פּנים איז אויסגעשפּרייט א גערעגטע פיינטליכע מינע…)

מעיאר רעקאו ווייזט אָן אז פּאסטוויל האט נישטאמאל קיין איין טראפיק לאמפּ, און דאס איז ווייל די איינוואוינער זענען אזוי העפליך איינער מיט’ן אנדערן אז ס’פעלט נישט אויס צו קאנטראלירן די גאסן עלעקטראניש. מענטשן קומען זיך אליין דורך צווישן זיך.

ווידעראום א דריטע טענה איז געווען אז די אידן מאכן יו-טוירנס (וואס איז א העכסט-נארמאלע זאך אין ברוקלין אבער אין דעם עקסטרעם-רואיגן פּאסטוויל קוקט מען דערויף ווי עס וואלט געווען א קרימינאלער פארברעכן פון ערגסטן סארט.) ווי מעיאר לי רעקאו פארציילט אונז האבן די איינוואוינער אנגעפאנגען צו רופן די יו-טוירנס “דזשו טוירנס”.

פּאסטוויל איז געווען אזוי ווי א לעבעדיגער פילם אין וועלכן ס’האט זיך איבערגעשפּילט דאס אלטע אמאליגע אייראפּעאישע דארף; די גוים זענען געהעצט געווארן קעגן די אידן אין די לאקאלע קירכעס און אין דעם קאפע-הויז פון פּאסטוויל.


“עס איז א שאק אז אידן וואוינען דא אין שטאט!”


וואס עס האט אויך צוגעגעבן צום פיינטליכן קלימאט איז געווען דער פאקט אז פילע פון די איינוואוינער אין שטאט זענען געווען היפּש אנגעפּיקעוועט מיט אנטיסעמיטיזם.

איך בין געווען ערשטוינט ווען מעיאר רעקאו האט דאס מודה געווען פאר מיר אָן קיין טראפּ בושה.

“עס איז געווען א שאק פאר אסאך מענטשן אין אונזער קאמיוניטי אז די אידן קומען אהער,” האט דער מעיאר מיר געזאגט. “פילע פון די איינוואוינער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן צו האבן אידן דא אין שטאט.”

“און וואס איז די סיבה דערפאר?” האבן מיר אים געדרוקט צו דער וואנט.

רעקאו האט זיך צעשמייכלט נערוועז און געצעגערט פאר א וויילע איידער ער האט זיך אנגערופן, “דאס איז דער וועג וויאזוי זיי זענען, דאס איז די מענטשליכע נאטור. וויבאלד מיר זענען געווען אזא פארמאכטע קאמיוניטי האבן מיר נישט געהאט קיין באציאונגען מיט דער דרויסנדיגער וועלט. ווען איך בין געווען אין היי-סקול, ארום פופציג יאר צוריק, האבן מיר קיינמאל נישט געזען קיין שווארצע.”

ווי עס דערציילט הרב יושע זעליג אראנאוו, איינער פון די ערשטע איינוואוינער פון פּאסטוויל, זענען אנטיסעמיטישע אטאקעס פארגעקומען גאר אפט אין יענע ערשטע יארן. “פון אנהויב איז דער מצב געווען גאר געפערליך,” פארציילט הרב אראנאוו. “עס איז געווען אַן אפטע ערשיינונג אז א משפּחה זאל זיצן ביים שבת טיש ווען פּלוצלינג זאל א שטיין קומען אריינצופליען דורכ’ן פענסטער. עס איז געווען איין איד וועלכער האט געכאפּט שטיינער יעדן איינציגן שבת.”

הרב אראנאוו, וועלכער איז דער פרייליכער איד פון פּאסטוויל און האט אלעמאל א שמייכל אויפ’ן פּנים, דערציילט מיר א קאמישן עפּיזאד וואס האט זיך אפּגעשפּילט אין די ערשטע יארן פון פּאסטוויל:

“עס איז געווען אַן איזראעלי, אשר סאנאנעס, וואס האט געוואוינט דא און געארבעט אינעם פּלענט. ער האט זיך געהאלטן פאר א טראדיציאנאלער איד. איין שבת איז ער געזיצן און געגעסן די סעודה ווען מיטאמאל קומט א שטיין אריינצופליען דורכ’ן פענסטער פון זיין שטוב. א בייזער איז סאנאנעס ארויסגעלאפן אין גאס און געזען וויאזוי צוויי שקצים אנטלויפן. ער האט געכאפּט איינעם פון זיי און ער האט אים אריינגעשליידערט ביי זיך אין קאר און געווארנט, ‘זאלסט זיך נישט רירן ביז ווילאנג איך קום צוריק.’ דאן האט ער זיך גענומען לויפ’ן נאכ’ן צווייטן שגץ. ער האט געכאפּט דעם צווייטן און אים צוריקגעברענגט צום קאר, זעט ער ווי דער ערשטער, דער נאַר, זיצט נאך דארט און ווארט אויף אים… ער האט זיך דאן אליין אריינגעזעצט אין זיין קאר און אריינגעפארן אין פּאליס סטאנציע און געזאגט פאר די פּאליציי אפיצירן ברחל בתך הקטנה, “אדער גיט איר זיך אפּ מיט דער פּראבלעם אדער וועל איך זיך אפּגעבן דערמיט.”

ער איז געווען דער לעצטער מענטש וואס האט געכאפּט שטיינער אין פּאסטוויל. זייט דעמאלט איז געווען שטיל…

הרב אראנאוו פארציילט אַן אנדערן עפּיזאד וואס האט זיך אפּגעשפּילט אַן אנדערן שבת, “איך בין ארויסגעגאנגען פון שול מיט הערשי רובאשקין. אויף דער אנדערער זייט גאס איז געשטאנען א באנדע שקצים און איינער גיט א שריי אויס, ‘הייל היטלער’ און אלע האבן זיך גענומען לאכן. הערשי זאגט מיר, ‘קום אוועק שנעל.’ איך האב אים געפרעגט, ‘פארוואס זאלן מיר אוועקגיין?’ איך האב שוין געהאלטן נאך קידוש… איך האב אנגעפאנגען אריבערצוגיין די גאס צו זיי. פון דער גאנצער גרופּע האט איינער אנגעפאנגען צו אנטלויפן, האב איך פארשטאנען אז ער איז געווען דער וואס האט געשריגן. געב איך אים א כאפּ אָן און איך פרעג אים, “זאג נאָר, דו קענסט מיך? דו האסט שוין אמאל געזען א איד בכלל אין דיין לעבן? פון וואנעט נעמט זיך אזא שנאה צו דיר? אין די הונדערט מייל ארום דער שטאט איז נישט פאראן קיין אידישע בית הקברות. דו ווייסט אפילו נישט וואס א איד איז אדער וויאזוי ער קוקט אויס…”

די יונגטליכע האבן אלע זיך געווארפן פאר שרעק, ספּעציעל דער דאזיגער יונגטליכער, און זיי האבן זיך אלע אנגעפאנגען צו אנטשולדיגן אז זיי האבן עס נישט געמיינט ערנסט און זיי האבן אים צוגעזאגט אז זיי וועלן עס מער קיינמאל נישט טאן. פּונקט ווי אלעמאל איז ר’ יושע זעליג אהיימגעגאנגען מיט א שמייכל אויפ’ן פּנים.

*

ווילאנג די שטאט איז געווען אויף ערנסטע צרות האבן די איינוואוינער פּרובירט צו לייגן אין א זייט זייערע פּערזענליכע געפילן, אבער איינמאל ס’האט אנגעפאנגען זיי צו גיין גוט האבן זיי אינגאנצן פארגעסן ווער ס’האט זיי געהאלפן זיך אויפריכטן און זיי האבן אנגעפאנגען צו פּלאנירן וויאזוי ענג צו מאכן פאר די אידן אין שטאט.

די לאנג-יעריגע איינוואוינער זענען אויפגעקומען מיט אַן איינפאל צו אנעקסירן דעם שטח וואו אגריפּראסעסארס געפינט זיך (וואס איז ביז דאן געווען אינדרויסן פון פּאסטוויל) כדי אז די חסידים זאלן מוזן באצאלן שטייערן און אז די באהערדע זאל זיי קענען איינטיילן וואס צו טאן.

א רעפערענדום איז באשטימט געווארן איבער דער אנעקסירונג פראגע ווי עס ווערט פארלאנגט לויט’ן געזעץ. די רובאשקינס האבן אויסגעדרוקט אנטריסטונג איבער דער מערכה וואס ווערט געפירט קעגן זיי, און דערקלערט אז אויב דער רעפערענדום ווערט באשטעטיגט וועלן זיי מוזן איבערלאזן פּאסטוויל אינאיינעם מיט דעם גאנצן שפע וואס זיי האבן געברענגט, און די שטאט וועט צוריק אריינפאלן אין א שווערן עקאנאמישן קריזיס פּונקט ווי אין דער פארגאנגענהייט.

דער היינטיגער מעיאר רעקאו, דאן א סיטי קאנסילמאן, איז, ווי ער פארציילט אונז, געווען דער איניציאטאר פונעם אנעקסירונג קאמפּיין און ווען די אידן האבן געדראעט אז זיי גייען איבערלאזן די שטאט האט ער רעאגירט, “דער לעצטער וואס גייט ארויס זאל זיכער מאכן נישט צו כאפּן א זעץ פון דער טיר.”


די רובאשקינס ביישטייערן ריזיגע געלטער צו בארואיגן אנטיסעמיטן


עס וועט זיין אינטערעסאנט צו שרייבן אז ווען רעקאו איז געלאפן פאר מעיאר אין נאוועמבער 09′, זענען די אידישע איינוואוינער אין שטאט ארויסגעקומען שטימען פאר אים אין די מאסן, און א דאנק די אידישע איינוואוינער האט ער געוואונען דעם פארמעסט.

איר וואונדערט זיך פארוואס די אידן האבן געשטיצט איינעם פון די הויפּט העצער קעגן די אידישע איינוואוינער? דער ענטפער איז אז דער געוועזענער אידן-פיינט האט אין לויף פון די יארן נאכגעלאזט פון זיין שנאה. ער איז טאקע נישט געווארן א ספּעציעלער גוטער פריינד פאר דער אידישער געמיינדע אבער אמווייניגסטנס האט ער זיך אויסגעלערנט זיי צו טאלערירן, וואס פילע פון די אנדערע איינוואוינער האבן זיך בשום אופן נישט געוואלט אויסלערנען.

און ווער איז געווען פאראנטווארטליך דערפאר? נישט קיין אנדערער ווי ר’ שלום מרדכי רובאשקין, וועלכער ווערט בייזוויליג אראפּגעריסן און באשמוצט אין די אייאווע צייטונגען שוין פאר עטליכע יאר, ווי ער וואלט געווען א מאנסטער.

מעיאר רעקאו פארציילט וויאזוי ר’ שלום מרדכי האט באצאלט רייזע בילעטן פאר אים און די אנדערע ארטיגע באאמטע, און זיי גענומען קיין ניו יארק צו באזוכן די דארטיגע אידישע געמיינדעס און זיך צו טרעפן מיט ניו יארקער אידישע און פּאליטישע פירער. (עס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס די פּרימיטיווע פארם-שטאט באאמטע זענען געווען אין א גרויסער שטאט און זיי זענען געווען גאר צופרידן צו באקומען קעניגליכע באהאנדלונג איבעראל וואו זיי זענען אנגעקומען.)

ר’ שלום מרדכי האט געארבעט שווער מפייס צו זיין זיינע שונאים. ווי ער דערציילט אונז פון טורמע איז זיין פּריאריטעט איז אלעמאל געווען צו האבן גוטע באציאונגען מיט די גוי’אישע איינוואוינער. “איין טאג בין איך געווען אין מיין אפיס אינעם שלאכט-הויז ווען מיטאמאל הער איך א טומל און געפּילדער. ווען איך בין ארויס אינדרויסן האב איך געזען א גערעגטער גוי וועלכער שרייט אז ער מוז שוין רעדן צו שלום. די סעקרעטארן האבן אים פּרובירט אפּצוהאלטן, זאגנדיג אז ער מוז מאכן אַן אפּאינטמענט. איך בין צוגעגאנגען צו אים און כ’האב אים איידעלערהייט אריינגערופן צו מיר אין אפיס און אים געפרעגט וויאזוי איך קען אים העלפן. ‘דיין ברודער האט אריינגעקראכט אין מיין קאר און אפּגעטראגן!’ האט ער געשריגן א בייזער ווען ער איז געווען אין מיין אפיס. א איד אין שטאט האט ווייזט אויס אנגערירט זיין קאר און במזיד אדער בשוגג אנטלאפן. ביי יענע גוים זענען מיר אלע ברידער. איך האב תיכף ארויסגענומען 800 דאלאר און אים עס אהינגעגעבן. מיין שוואגער, יאסי גוארי’ איז פּונקט דארט געווען און ער האט מיר געזאגט, ‘וואס טוסטו? פארוואס גיסטו אים דאס געלט? דו האסט דאך אים גארנישט געטאן.’ ‘דו ביסט גערעכט,’ האב איך אים געענטפערט, ‘אבער ביי דעם גוי זענען מיר אלע ברידער, און מיר מוזן טאן אלעס אים צו באפרידיגן כדי ס’זאל נישט ארויסקומען א חילול ה’.’ איבעריג צו זאגן אז דער גוי איז אוועק צופרידן.”

ר’ שלום מרדכי האט אויפגעשטעלט אין פּאסטוויל א נעץ פון אינסטיטוציעס וועלכע האבן צוגעשטעלט אומזיסטיגע באדינגונגען פאר די איינוואוינער פון שטאט, און ער האט דאס באצאלט פון זיין טאש, אריינגערעכנט אַן אומזיסטיגע דענטאל קליניק וואס האט פארראכטן די ציין פון אלע ארעמע שולע-קינדער אין שטאט. ער האט בייגעשטייערט געלט פאר יעדער ארגאניזאציע אין שטאט, אריינגערעכנט פאר לאקאלע שולע פּראגראמען. ווען אימער אַן ארגאניזאציע ווי למשל דער פייער דעפּארטמענט האט דורכגעפירט א פאנד רעיזינג דינער, האט ר’ שלום מרדכי בייגעשטייערט דאס פלייש. ער האט געטאן אלעס אין דער וועלט צו פארבעסערן די באציאונגען מיט די לאנגיעריגע איינוואוינער.

דאס איז שוין געווען חוץ פון די ריזיגע שטייערן וואס ר’ שלום מרדכי האט באצאלט וואס איז אויסגעקומען א האלב מיליאן דאלאר א חודש! (די פיינטליכע רעגירונגס באאמטע זענען געווען גרייט צו פארשטאפּן א ריזיגן קוואל פון געלט פאר דער רעגירונג, אבי צו קענען אונטערברענגען דעם איד. די פּאסטוויל רעגירונג איז שיער געגאנגען באנקראט ווען אגריפּראסעסארס איז אונטערגעגאנגען.)

ווי הרב אראנאוו פארציילט האבן די איינוואוינער דאן געהאט אזא רעספּעקט פאר ר’ שלום מרדכי, אז ווען ער איז אהיימגעגאנגען פון שול שבת האבן אלע קארס זיך אפּגעשטעלט כדי אים צו ערלויבן אריבערצוגיין דער גאס.

“ער האט דאס אלעס געטאן מפּני דרכי שלום,” ערקלערט געצל, ר’ שלום מרדכי’ס זון. “אבער נאך דעם רעגירונג איבערפאל אויף אגריפּראסעסארס, האבן פילע פון די איינוואוינער פארגעסן וואס מיין טאטע האט אלץ געטאן פאר זיי.”

צווישן די וואס האבן פארגעסן וואס ר’ שלום מרדכי האט געטאן פאר זיי זענען געווען די פּאליטיקאנטן פון אייאווע, אריינגערעכנט די צוויי סענאטארן, דער דעמאקראט טאם הארקין, און דער רעפּובליקאנער טשארלס גרעסלי, וועלכע האבן באזוכט ביי ר’ שלום מרדכי’ן אינדערהיים און אין דער ביזנעס, און אזוי אויך פילע אנדערע פּאליטיקאנטן וועמען ר’ שלום מרדכי האט געהאלפן מיט ביישטייערונגען און פּאליטישע שטיצע, וואס ווי נאר די צרות האבן זיך אנגעפאנגען זענען זיי פארשוואונדן געווארן און מער נישט געווען צום געפינען. (אגב, די פּאליטיקאנטן האבן אויך געזען די ארבעטער און וויאזוי זיי ווערן באהאנדלט און זיי זענען קיינמאל נישט ארויסגעקומען פארלייקענען די פאלשע באשולדיגונגען אז די ארבעטער זענען באהאנדלט געווארן שלעכט אדער אז ר’ שלום מרדכי האט געוואוסט אז עס זענען פאראן יוגנטליכע אינעם שעכט-הויז.)

די אנעקסירונג קאמפּיין איז דורכגעגאנגען צו דער צופרידנהייט פון רעקאו און די אנדערע דעמאלטיגע העצערס אין שטאט, אבער ווי רעקאו זאגט האבן די רובאשקינס נישט פארלאזט די שטאט, וויבאלד, “די אנעקסירונג איז גוט געווען פאר זיי און וויבאלד זיי זענען געווען טייל פון דער שטאט האבן מיר זיי געקענט ארויסהעלפן מיט אסאך זאכן, ווי למשל דורך זיי שענקען גרענטס – שפּעטער האבן מיר זיך אויסגעלערנט צו רעספּעקטירן איינער דעם אנדערן און מיר זענען געווארן מער פריינדליך.”

פאקטיש האבן די רובאשקינס בייגעשטייערט געלט פאר’ן פּאליטישן קאמפּיין פון רעקאו ווען ער איז געלאפן אלס לאקאלער סטעיט רעפּרעזענטאט פון אייאווע (אזוי ווי אסעמבלימאן אין ניו יארק.)


דער אינטערוויו מיט מעיאר רעקאו


אונזער אינטערוויו מיט’ן מעיאר איז פארגעקומען אין דעם פּאסטוויל סיטי האל, אינעם זאל וואו די סיטי קאנסיללייט טרעפן זיך, אין שפּיץ פונעם מעיאר, צו שטימען אויף בילס און באשטעטיגן בודזשעטן.

ווען מיר האבן געפרעגט פון רעקאו פארוואס די רעגירונג האט זיך אויפגעפירט אזוי געמיין צו א פירמע און צו א משפּחה וועלכע האבן אָן קיין שום צווייפל געראטעוועט די עקאנאמיע פונעם גאנצן ראיאן, איז ער געווען אויף דער דעפענסיווע. “מיר האבן נישט געהאט קיין שום שייכות דערמיט,” האט ער געענטפערט. “עס האט געהאט צו טאן מיט די פעדעראלע און סטעיט רעגירונגען.”

רעקאו איז ווי עס איז גאר בולט קיינמאל נישט געווארן קיין אמת’ער פריינד.

“שלום איז געווען א גוטער מאן,” האט רעקאו זיך אויסגעדרוקט אין איין פאל, אבער דער מעיאר האט תיכף צוגעגעבן אז “ער האט געטאן זאכן וואס ער האט נישט געדארפט און ער דארף באצאלן א פּרייז.”

– אבער אלע אנדייטונגען זענען אז די רעגירונג האט פּרובירט צו רואינירן ר’ שלום מרדכי. די רעגירונג האט אונטערגעשטעלט א פּאסטקע אים אריינצוכאפּן דערין און נאכדעם וואס די אימיגראציע קלאגעס זענען צעפאלן האבן זיי אויסגעזוכט פרישע קלאגעס פון אונטער דער ערד, אבי ער זאל בלייבן זיצן.

רעקאו: מיר ווייסן נישט צופיל דערוועגן. דאס איז א פעדעראלע אויספארשונג און מיר זענען לאקאלע באאמטע. מיר ווייסן נישט פארוואס זיי האבן פּונקט אונז אויסגעקליבן דורכצופירן דעם אימיגראציע איבערפאל. יעדע סטעיט אין אמעריקע האט אומלעגאלע ארבעטערס. אבער מיר זענען א קליינע שטאט און מיר האבן גארנישט געקענט טאן איין וועג אדער דער אנדערער.

– האט די רעגירונג אייך אינפארמירט פון פאראויס איבער דעם איבערפאל?

רעקאו: ניין, עס איז געווען א סורפּרייז פאר אונז.

– אבער די רעגירונג רופט דאך געווענליך אָן די לאקאלע פּאליציי ווען זיי קומען אריין אין א שטאט זיי צו אינפארמירן דערוועגן.

רעקאו: זיי האבן אונז גערופן נאכדעם וואס זיי זענען שוין דא געווען.

– אין אלגעמיין באדויערן די איינוואוינער אז שלום מרדכי איז מער נישט אינעם שעכט-הויז? וויאזוי האבן מענטשן רעאגירט צו זיין ארעסט?

רעקאו: כ’ווייס נישט. טייל פילן אז שלום דארף באשטראפט ווערן; אנדערע נישט. כ’מיין, ווי כ’האב אייך שוין געזאגט וועלן פילע פון די איינוואוינער קיינמאל נישט זיין צופרידן מיט די אידן דא.

– וואס איז אייער מיינונג אויף דער לעכערליכער גרויסער שטראף וואס די פּראקורארן פארלאנגען פאר שלום מרדכי, וואס קען באדייטן אז ער זאל פארבלייבן זיין גאנצן לעבן אין טורמע. איז דאס נישט א הימל-געשריי אז ער ווערט באהאנדלט ערגער ווי א מערדער?

רעקאו: ער איז געווען א גוטער מיטגליד אין אונזער געמיינדע. ער האט געטאן אסאך גוטע זאכן פאר דער געמיינדע. ער האט געמאכט אנאנימע ביישטייערונגען (מתן בסתר) און ארויסגעהאלפן מענטשן. ווען ער האט דא געוואוינט האט ער זיך געקענט אפּגעבן מיט פּראבלעמען. און איר ווייסט וואס כ’וועל אייך זאגן? אין דער היספּאנישער קולטור איז נארמאל צו גיין ארבעטן אין א יונגען יארגאנג און אויב האבן די ארבעטערס געגעבן אידענטיפיקאציעס וועלכע האבן געוויזן אז זיי זענען שוין גענוג אלט וויאזוי האבן די רובאשקינס געקענט וויסן אז זיי זענען נישט פון דעם יארגאנג?

כאטש רעקאו רעדט מיט אנטריסטונג איבער דעם חורבן און כאאס וואס די רעגירונג האט איבערגעלאזט אין פּאסטוויל, וויל ער נישט מודה זיין אז דער שרעקליכער עקאנאמישער קריזיס וואס פּלאגט פּאסטוויל איז גענצליך די שולד פון דער רעגירונג. ער ווייזט אָן אז גאנץ אמעריקע מוטשעט זיך מיט עקאנאמישע פּראבלעמען. עס איז טאקע אמת אז פּאסטוויל איז באטראפן געווארן פיל ערגער, טענה’ט ער, אבער מען קען נישט זאגן אז בלויז די רדיפות פון די רעגירונגס אגענטורן און פּראקורארן האבן געפירט דערצו.

ביי דער ענדע פון אונזער אינטערוויו האבן מיר געפרעגט פון רעקאו אויב עס איז פאראן עפּעס וואס ער האט נאך צו צוגעבן. זיין ענטפער איז געווען:

“פּאסטוויל איז מיד פון די אלע פּובליסיטי. מיר ווילן צוריקגיין צו א נארמאל לעבן. מיר האבן גוטע איינוואוינער דא און מיר ווילן זיך ערהוילן. די אידישע געמיינדע גייט יעצט אריבער זייער שווערע צייטן מיט’ן פּרובירן אויפצוהאלטן זייערע שולעס. אסאך מענטשן זענען אהערגעקומען קיין פּאסטוויל בלויז ווייל מיר האבן דא א גאר אויסגעצייכנטע אידישע שולע.”


וויאזוי א גאנץ שטעטל האט געלעבט אויפ’ן חשבון פון איין מענטש


מעיאר רעקאו האט דאס נישט דערמאנט אבער די סיבה פארוואס פּאסטוויל האט אַן אויסגעצייכנטע אידישע תלמוד תורה און בית חינוך, איז וויבאלד ר’ שלום מרדכי האט דאס אויסגעהאלטן במשך פון דער גאנצער צייט וואס ער האט געוואוינט אין דער שטאט.

ווי עס איז גאר טרויעריג באקאנט האט די פעדעראלע רעגירונג אויסגעבלוטיגט ר’ שלום מרדכי און די רובאשקין פאמיליע פינאנציעליש, דורך זיי ארויסצווינגען פון ביזנעס און דראען מענטשן וועלכע האבן פּרובירט צו טאן ביזנעס מיט זיי, און דורך איינפרירן די פארמעגנס פון רובאשקין, וואס דאס האט געשטערט פאר דער פאמיליע צו בעטן רענט אויף זייערע הייזער און באצאלן די מארטגעדזשעס פאר דער באנק און אזוי ארום האבן זיי פארלוירן אלע זייערע נכסים.

אבער עס זענען פאראן מיליאנען דאלארן וואס די רעגירונג האט נישט באוויזן אוועקצונעמען פון ר’ שלום מרדכי’ן און זיי וועלן קיינמאל נישט באווייזן עס אוועקצונעמען פון אים, און דאס זענען די שווערע מיליאנען דאלארן וואס ר’ שלום מרדכי האט אויסגעטיילט פאר צדקה.

מיר האבן אזויפיל געהערט איבער די גרויסע געלטער וואס ר’ שלום מרדכי האט בייגעשטייערט פאר גוים פון פּאסטוויל, אבער יעצט לאמיר אביסל שרייבן וואס ר’ שלום מרדכי האט געטאן פאר אידנ’ס וועגן.

איך האב זיך ארומגעדרייט איבער פּאסטוויל און זיך צוגעהערט צו די שטוינענדע געשיכטעס וואס מענטשן פארציילן איבער ר’ שלום מרדכי’ס גוטע הארץ, און די ריזיגע געלטער וואס ער האט פארטיילט פאר צדקה. און וואס זאל איך אייך זאגן? איך בין געווען איבערגענומען ביז גאר. מען קען דערקלערן אָן קיין ספק אז ר’ שלום מרדכי איז איינער פון די גרעסטע בעלי חסד אין אונזער דור.

די גמרא פארציילט אונז (בבא בתרא יא ע”א) אז ווען א הונגער-יאר האט באטראפן ארץ ישראל האט מונבז המלך – א גוי’אישער קעניג פונעם לאנד חדייב (א פארצייטיש לאנד, היינט א חלק פון איראק) וואס האט זיך מגייר געווען אינאיינעם מיט זיין גאנצער משפּחה – פארשווענדעט די פארמעגנס פון זיינע עלטערן און אור עלטערן און זיי פארטיילט פאר צדקה. ווען מען האט אים געפרעגט ווי ער קען טאן אזא זאך האט ער געענטפערט: מיינע עלטערן האבן אוועקגעלייגט דאס געלט פאר אנדערע, איך לייג עס אוועק פאר מיר; מיינע עלטערן האבן אוועקגעלייגט דאס געלט אויף אַן אומזיכער ארט, איך לייג עס אוועק אויף גאר א זיכערן ארט; מיינע עלטערן האבן אוועקגעלייגט דאס געלט פאר עולם הזה און איך לייג עס אוועק פאר עולם הבא.

אַן אנדערע מעשה ווערט געברענגט איבער א קעניג וואס האט געפרעגט פון זיין באליבטן אידישן שר, “וויפיל איז ווערט דיין פארמעגן?” דער איד האט געזאגט פאר’ן קעניג א געוויסן ציפער וואס דער קעניג האט געוואוסט אז דאס איז ווייניגער פון א פערטל פון זיין פארמעגן. דער קעניג איז פארשטייט זיך געווארן זייער בייז. דער אידישער שר האט אבער תיכף ערקלערט זיינע ווערטער, “אדוני המלך, דאס גאנצע פארמעגן וואס איך פארמאג קען איך פארלירן אין איין מינוט, ווייל אויב דער קעניג וויל קען ער דאס אוועקנעמען פון מיר, און אפילו ווען נישט האט דער אויבערשטער אסאך אנדערע וועגן אוועקצונעמען מיין פארמעגן, אבער וואס איך געב פאר צדקה דאס קען קיינער נישט אוועקנעמען פון מיר און דאס וועט מיר באגלייטן אויף יענער וועלט ווי די משנה זאגט (אבות ו’, ט), ‘אין מלוין לו לאדם לא כסף ולא זהב ולא אבנים טובות ומרגליות אלא תורה ומעשים טובים בלבד.'” די מפרשים פארטייטשן מיט דער מעשה דעם פּסוק וואס מיר האבן נארוואס געליינט אין פּר’ נשא (במדבר ה’, י’) “ואיש את קדשיו לו יהי’ איש אשר יתן לכהן לו יהי'”; בלויז דאס געלט וואס מען גיט אויס פאר צדקה דאס בלייבט פאר דעם מענטש.

ר’ שלום מרדכי איז געבליבן אָן קיין געלט און זיין פאמיליע מוז נעבעך ארומגיין שנארן כדי צו קענען באצאלן די שווערע קאסטן פון די אדוואקאטן, אבער פאקטיש איז ר’ שלום מרדכי א מיליאנער, ווייל די מיליאנען וואס ער האט געגעבן פאר צדקה מיט דעם איז ער געבליבן. ווען ער וואלט גענוצט דאס געלט זיך צו בויען פּאלאצן און זיך צו קויפן א יאכט און א פּריוואטן עראפּלאן וואלט אלעס צוגענומען געווארן פון אים דורך דער רעגירונג און ער וואלט מיט גארנישט געבליבן.

איינער פון די איינוואוינער אין פּאסטוויל, הרב משה הערש ראטה הי”ו, א היימישער וויזניצער יונגערמאן מיט שטריימל-און-ווייסע-זאקן, א משגיח אין דעם כשר’ען שעכט-הויז, האט מיר געגעבן א טור ארום דער שטאט, און געוויזן טייל פון די אינסטיטוציעס וואס ר’ שלום מרדכי האט אויפגעשטעלט מיט זיין געלט, אריינגערעכנט א גאר רייכער און הערליכער אוצר הספרים וואס פארמאגט הונדערטער גאר ווערטפולע ספרים, אין צוגאב צו ליין מאטעריאל פאר אלע יארגאנגען, אריינגערעכנט ערליכע אידישע אויסגאבעס. ר’ שלום מרדכי האט געצאלט פאר עמיצן זיכער צו מאכן איינצוקויפן אלע אינטערעסאנטע צייטשריפטן אין ניו יארק און זיי אפּשיקן צום אוצר הספרים, אריינגערעכנט, ווי מיר האבן אויסגעפונען מיט איבערראשונג, יעדן איינציגסטן נומער פונעם “שטערן”. דאס האט זיך אבער אפּגעשטעלט ווי נאר די צרות זענען געקומען און דער לעצטער נומער פונעם “שטערן” אין דעם אוצר הספרים איז שוין טאקע א צוויי יאר אלט.

הרב ראטה, א מוהל מומחה וועלכער פארט ארום איבער די מידוועסט סטעיטס דורכצופירן זיין הייליגע ארבעט פון אריינברענגען אידישע קינדער בבריתו של אברהם אבינו תחת כנפי השכינה, האט מיך גענומען צו דער תלמוד תורה און מיידל שולע פון פּאסטוויל און מיר געוויזן די מוסדות וואס ר’ שלום מרדכי האט אויפגעשטעלט. “ווען ר’ שלום מרדכי איז דא געווען,” פארציילט ר’ משה הערש, האבן אסאך מענטשן נישט געוואוסט וואס עס מיינט שכר לימוד. ווער ס’האט געקענט צאלן האט געצאלט און ווער נישט האט נישט געצאלט. ר’ שלום מרדכי האט באצאלט אלע קאסטן פון די מוסדות.”

ווען ר’ שלום מרדכי’ס עלטסטער זון, געצל, איז אונטערגעוואקסן, האט ר’ שלום מרדכי אויפגעשטעלט א ישיבה, אויך אויף זיינע קאסטן, און געברענגט קיין פּאסטוויל א שטאב פון די בעסטע מגידי שיעורים און ראשי ישיבות, וועמען ער האט אויסגעהאלטן פון זיין קעשענע. דערנאך האט ער געברענגט בחורים פון צעבראכענע שטיבער אדער אזעלכע וואס האבן געדארפט האבן א תכלית און באצאלט זייערע שכר לימוד קאסטן. אונטער דער אויפזיכט פון די אויסגעצייכנטע ראשי הישיבה זענען די בחורים ארויפגעברענגט געווארן צו א הויכן שטאפּל.

ר’ שלום מרדכי האט אויפגעשטעלט א חסד ארגאניזאציע וואס האט יעדן ערב שבת און יום טוב אויסגעטיילט שבת פּעקלעך פאר נויטבאדערפטיגע, אריינגערעכנט פארשטייט זיך פלייש לרחצה. ר’ שלום מרדכי האט געברענגט קיין פּאסטוויל אויף זיינע קאסטן פילע פּראבלעמאטישע און צעבראכענע משפּחות און צוגעשטעלט פאר די עלטערן וואס צו טאן און זיי דאן אויסגעהאלטן בדרך כבוד, און באצאלט שכר לימוד פאר זייערע קינדער. ער האט ממש אויפגעראכטן די דאזיגע מענטשן.

היינט צוטאגס קען מען זען פילע פון די דאזיגע מענטשן זיך ארומדרייען אין פּאסטוויל אָן קיין קעפּ. “וועט שלום מרדכי צוריקקומען?” פרעגן זיי מיט טרויער. זיי זענען ווי פאר’יתומ’ט. זיי האבן פארלוירן זייער טאטן, זייער אונטערלאנער. (מער פון איין פּאסטוויל איינוואוינער איז צוגעקומען צו מיר מיט טרערן-פארלאפענע אויגן און מיר געזאגט, “איך מוז רעדן צו שלום מרדכי’ן דרינגנד. אפשר זאגסטו מיר וויאזוי דו האסט באוויזן אריינצוקומען צו אים אין טורמע? וויאזוי קען איך אנקומען צו אים?” אנדערע האבן מיר געזאגט, “ביטע, אויב גייסטו צוריק צו ר’ שלום מרדכי’ן שיק אים א גרוס.”)

די צדקה וואס ר’ שלום מרדכי האט געגעבן פאר פּריוואטע מענטשן איז איבערגעשטיגן די געלטער וואס ער האט געגעבן פאר וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס. אלע איינוואוינער פון קליין-ביז-גרויס האבן צו דערציילן מעשיות איבער ר’ שלום מרדכי’ס געוואלדיגע צדקה פארטיילונגען.

“מיין קאזין איז געווען א חתן,” פארציילט מיר איין בחור אין דער ישיבה באגייסטערט. “ער קומט פון אַן ארעמער משפּחה און זיי האבן זיך שטארק געמוטשעט. עס איז געווען עטליכע וואכן פאר דער חתונה; דער חתן האט זיך ארומגעדרייט אַן אומבאהאלפענער, נישט וויסנדיג וואס צו טאן, און דאן איז אים איינגעפאלן א געדאנק זיך צו ווענדן צו ר’ שלום מרדכי’ן. ער איז צוגעגאנגען צו ר’ שלום מרדכי אין שול, צווישן מנחה און מעריב, און אים פארגעלייגט זיין שווערן מצב. ר’ שלום מרדכי האט נישט געצעגערט נאר ער האט תיכף אריינגעלייגט זיין האנט און בוזעם און ארויסגעשלעפּט פון דארט א בינטל הונדערטערס, פריש פון דער באנק – עס איז פאראן צען טויזנט דאלאר אין אזא בינטל. ער האט אראפּגענומען צוויי הונדערטערס און אהינגעגעבן דאס איבעריגע פאר דעם חתן.

“מיין קאזין איז געווען שאקירט; ער האט געמיינט אז ר’ שלום מרדכי האט געמאכט א טעות און אים געוואלט געבן די צוויי הונדערטערס און צוריק אריינלייגן דאס איבעריגע געלט אין קעשענע. ‘איר האט געמאכט א טעות,’ האט ער אויפמערקזאם געמאכט פאר ר’ שלום מרדכי. ‘גערעכט,’ האט ר’ שלום מרדכי אים געענטפערט, און ער האט ארויסגענומען פון טאש די צוויי הונדערטערס און עס אויך אהינגעגעבן דעם חתן…”

“ביי שלום מרדכי איז נישט געווען אזא זאך,” פארציילט הרב אראנאוו, “אז עמיצער זאל קומען צו אים פאר א צוועק און ער זאל יענעם אפּזאגן. איך האב אליין מיטגעהאלטן א מעשה וויאזוי די באנק האט געוואלט צונעמען פון א משפּחה אין ניו יארק זייער הויז און ר’ שלום מרדכי האט אפּגעקויפט דאס הויז און עס אוועקגעגעבן פאר דער משפּחה.”

און אזוי זענען פאראן צענדליגער מעשיות פון מענטשן וועלכע זענען אריין צו ר’ שלום מרדכי, און פארגעלייגט פאר אים זיין פּעקל צרות און ארויסגעגאנגען פון זיין ביורא מיט צען, צוואנציג, דרייסיג טויזנט דאלאר און אפילו מער.


אומגלויבליכע אחדות צווישן די איינוואוינער


פּרובירנדיג אויסצומיידן די שפּיזיגע אויגן פון די אנטיסעמיטן אין שטאט, האט ר’ שלום מרדכי אפּגעקויפט א הויז ביים עק פון שטאט, נעבן דעם בית הקברות, און דארט אויפגעבויט די לאקאלע שול, כדי אז מען זאל קענען דאווענען רואיג און דורכפירן אלע מסיבות אָן געשטערט ווערן פון די גוים.

ר’ שלום מרדכי האט באלד פון אנפאנג געלייגט גרויס געוויכט אויף אחדות צווישן די איינוואוינער. ער איז געווען אַן אוהב שלום ורודף שלום, ארויסגייענדיג פון זיין וועג צו פארמיידן מחלוקת און זיכער מאכן אז אלע לעבן מיט אַן אויסערגעווענליכער הארמאניע, און עס איז אים טאקע געלונגען אויפצושטעלן א קהלה וואס מען זעט נישט אין ערגעץ אין דער וועלט.

“אין דער גאנצער וועלט,” דרוקט זיך אויס הרב אראנאוו, “זעט מען נישט אזא אחדות ווי דאס וואס מען זעט אין פּאסטוויל. נאר דא קען מען טרעפן א וויזניצער, בעלזער, גערער און ליובאוויטשער, אַן אונגארישער און א פּוילישער, זיצן אויף איין באנק בשבת אחים גם יחד, און הערן א דבר תורה אדער שיעור חסידות. נישט אומזיסט האבן זיי זיך אראפּגעלאזט מיט אזא שנאה חרוב צו מאכן און צעשטערן. דער שטן קען נישט דערליידן דאס אחדות וואס מען זעט דא.”

איינער פון די שוחטים, הרה”ח ר’ ישראל ברוך בלום שליט”א, א סאטמארער חסיד האט געגעבן דעם איינפאל פאר ר’ שלום מרדכי’ן צו רופן די שול “אחדות ישראל,” טאקע צוליב דעם אומגעהויערן אחדות וואס מען זעט דארט.

דורכאויס דער צייט וואס ר’ שלום מרדכי איז דארט געווען האט ער נישט ערלויבט אז ס’זאל זיין מער ווי איין מנין צום דאווענען שבת קודש. זינט ער איז אין תפיסה איז אבער די דאזיגע תקנה נאכגעלאזט געווארן, און היינט זענען פאראן צוויי מנינים שבת בייטאג וויבאלד עס זענען פאראן טייל אידן פון געוויסע חסידות’ן וועלכע האבן געוואלט דאווענען פאר סוף זמן תפלה. “ווען ר’ שלום מרדכי וואלט דא געווען,” דרוקן זיך אויס פילע איינוואוינער, “וואלט אזוינס נישט פּאסירט.”


די אידן-פריינד וואס בלוטיגן אויף ר’ שלום מרדכי’ס מצב


מעיאר לי רעקאו איז געווען זייער אפנהארציג צו אונז ביי אונזער אינטערוויו, און מודה געווען פאר אונז זייער קלאר אז עס זענען פאראן פילע איינוואוינער אין שטאט וועלכע גלייכן נישט קיין אידן, אפּגעזען וויפיל גוטס און וויפיל שפע די אידישע איינוואוינער האבן געברענגט קיין פּאסטוויל, און זיי פרייען זיך מיט דעם ביטערן שיקזאל וואס האט באטראפן ר’ שלום מרדכי רובאשקין, כאטש דער אונטערגאנג פון אגריפּראסעסארס האט געברענגט אזא גרויסע צרה פאר פּאסטוויל און דעם גאנצן ראיאן. עס איז א בחינה פון גם לי גם לך לא יהי’.

אבער פארט איז גאר מערקווירדיג אז מיר האבן געטראפן צווישן די גוי’אישע איינוואוינער, די דייטשע אפּשטאמיגע אין פּאסטוויל, אויך עטליכע אידן-פריינד וועלכע בלוטיגן אויף דעם מצב פון ר’ שלום מרדכי’ן און קריטיקירן זייערע מיטבירגער פאר’ן זיין בלינד און נישט זען וויפיל גוטס די רובאשקינס האבן געברענגט פאר זיי און פאר’ן טאנצן אויפ’ן קבר פון דעם באגראבענעם.

איין איינוואוינער מיט’ן נאמען לערי שולץ, וועלכער איז א שטרענג-רעליגיעזער קריסט און גיט רעליגיעזע לעקציעס פאר די שטאטישע איינוואוינער, האלט אין איין רעדן וואספארא עוולה עס איז געטאן געווארן קעגן די אידן בכלל און קעגן ר’ שלום מרדכי בפרט. דער מר. שולץ קומט יעדע שטיק צייט אראפּ צום הויז פון די רובאשקינס זיכער צו מאכן אז עס פעלט זיי גארנישט. ער האלט אז די איינוואוינער פון פּאסטוויל זענען שולדיג א דאנק פאר ר’ שלום מרדכי און ער פּרובירט אפּצוצאלן ר’ שלום מרדכי פאר די גוטס וואס ער האט געברענגט פאר דעם שטעטל דורך העלפן די משפּחה אזוי ווייט ווי ער קען.

אַן אנדערער איז דער אויבנדערמאנטער דאג האָנט (הונט), דער אויפזעער פונעם לאקאלן מאטעל אין פּאסטוויל (ווי געשריבן אינעם “שטערן” איז ער א געוועזענער זיכערהייטס-וועכטער אין אגריפּראסעסארס וואס האט עדות געזאגט פאר אונז ווי געטריי ר’ שלום מרדכי איז געווען צו אלע זיינע ארבעטער און וויאזוי ער האט געמאכט יעדן שפּורן כאילו ער איז א וויכטיגן חלק פונעם פּלענט.)

וויבאלד מיר זענען אנגעקומען קיין פּאסטוויל, שפּעט דאנערשטאג ביינאכט, האבן מיר זיך שוין נישט געהאט וואו צו ווענדן מיט’ן אויסנאם פונעם איינציגסטן מאטעל אין שטאט. עס איז אַן אלטע איין-שטאקיגע גאסט-הויז וואס איז געבויט געווארן אין די פופציגער אדער זעכציגער יארן. מיט יארן צוריק זענען געווען הונדערטער אזעלכע איבער די מידוועסט סטעיטס, אבער כמעט אלע פון זיי זענען במשך די יארן אונטערגעגאנגען. דער מאטעל אין פּאסטוויל איז ווי איראניש איינער פון די עדות פון דער שפע וואס די רובאשקינס האבן געברענגט פאר דער שטאט. וויבאלד פּאסטסוויל’ס עקאנאמיע האט געשפּרודלט האט אפילו דער אלטמאדישער מאטעל באוויזן ווי נישט ווי אנצוציען. (כאטש זייט דעם קריזיס וואס די רעגירונג האט געברענגט אויף דער שטאט איז דער מאטעל כמעט ליידיג און מוטשעט זיך אזוי ווי אלע אנדערע ביזנעסער אין שטאט.)

האָנט איז פּונקט ווי אלע איינוואוינער א דייטשער אפּשטאמיגער. ער איז פון פאך אויס א פישער אבער צוליב די שווערע עקאנאמישע צייטן קען ער נישט ברענגען פּרנסה אין שטוב, דעריבער האט ער אנגענומען די שטעלע אינעם מאטעל ביז ווילאנג ער פליט אפּ קיין אפגאניסטאן. (ער איז א רעזערוו ארמיי אפיציר.) האָנט ווייזט אָן אז זיין דייטשער נאמען “הונט” באדייט “דאג” אין ענגליש, אבער “דג” אין לשה”ק איז פיש, א רמז צו זיין אריגינעלן פאך…

פּונקט ווי די אנטיסעמיטן אין פּאסטוויל דערמאנען די אלטע אייראפּעאישע שונאי ישראלים, אזוי דערמאנען האנט און די אנדערע אידן-פריינד אין שטאט די אלטע אידן-פריינד. זיי פארטיידיגן די אידישע איינוואוינער מיט אייפער, זאגנדיג אז דאס אידישע פאלק איז ג-ט’ס אויסדערוועלט פאלק און די וואס טשעפּען זיי ליידן א ביטערע שטראף.

ווי האָנט פארציילט אונז האבן פילע נאאיווע איינוואוינער פון שטאט זיך געפרייט אין די קאפע הייזער מיט דער צרה וואס האט באטראפן רובאשקין, נישט איינזעענדיג אז דאס האט געברענגט א צרה אויף זייערע אייגענע קעפּ.

אבער דאג האָנט האט זיך נישט געפרייט: “ווען איך בין געגאנגען אין שולע האט מען מיך געלערנט אז אמעריקע איז געבענטשט וויבאלד זי העלפט די אידן. ווי ג-ט האט געזאגט ‘ווער ס’בענטשט דאס אידישע פאלק וועט זיין געבענטשט און ווער ס’שעלט דאס אידישע פאלק וועט זיין פארשאלטן (ואברכה מברכיך ומקללך אאור).’ מען האט קלאר געזען די לעצטע פּאר יאר אז די וואס האבן געטשעפּעט מיט די אידן האבן באצאלט א ביטערן פּרייז. אין 08′, נאכדעם וואס אגריפּראסעסארס איז אונטערגעברענגט געווארן, האט א שווערע פּרעצעדענטלאזע פארפלייצונג באטראפן אייאווע און פאראורזאכט צענדליגער מיליאנען דאלארן אין שאדנס פאר פארמס און הייזער. דאס קוקט אייך אויס ווי א צופאל? ניין, די פארפלייצונג איז געווען אַן אקט פון ג-ט, א נקמה פאר די וואס טשעפּען זיין אויסדערוועלט פאלק.

“און איר ווייסט וואס נאך? דא איז געווען א קאווע-הויז אין פּאסטוויל וואו אלע אנטיסעמיטן פלעגן זיך צוזאמקומען און העצן קעגן אידן. דאס קאווע-הויז האט אפּגעברענט, און זינט דאן האבן די אנטיסעמיטן פארלוירן זייער הויפּטקווארטיר. האט שלום אריינגעשיקט נישט-גוטע צו פארברענען דאס קאווע-הויז? ניין. דאס איז געווען אַן אקט פון ג-ט.”


דער ביטערער מצב אין פּאסטוויל אָן ר’ שלום מרדכי


זינט ר’ שלום מרדכי איז נישטא האט זיך אפּגעשטעלט דער שטראם פון געלט אין פּאסטוויל. די אידישע קהלה וואס האט געשפּרודלט און געבליט האט אנגעפאנגען צו גיין פּוחת והולך און צענדליגער מענטשן וועלכע האבן געוואוינט אין פּאסטוויל פאר צען, פופצן יאר, האבן אין היסטעריע געפּאקט פּעק און זיך אוועקגעצויגן. די לאסט פון אויסהאלטן די ארעמע אידן, וואס ר’ שלום מרדכי האט געברענגט קיין פּאסטוויל, איז ארויפגעפאלן אויף די ביסל פארבליבענע פאמיליעס וועלכע האבן אליין מער נישט געברענגט פּרנסה אין שטוב, וויבאלד אגריפּראסעסארס איז אריינגעצווינגען געווארן אין באנקראט דורך דער רעגירונג.

אלע אינסטיטוציעס וואס ר’ שלום מרדכי האט אויפגעשטעלט האבן אנגעפאנגען אונטערצוהינקען, און טייל פון זיי האבן זיך פארשלאסן. די געשעפטן האבן מער נישט געלאזט “אויפשרייבן”. מענטשן האבן מיטאמאל אנגעפאנגען צו באקומען שכר לימוד בילס און פאר די וואס האבן נישט געקענט צאלן האט מען אהיימגעשיקט די קינדער. די איינוואוינער האבן זיך אויפגעוועקט צו א רעאליסטישער וועלט און זיך געכאפּט אז ביז יעצט האבן זיי געלעבט אין א חלום.

עס דערמאנט די מעשה וואס איז פארגעקומען אין קראקא, אין די צייטן פונעם הייליגן מאור ושמש זי”ע, ווען א פארהאסטער קמצן איז געשטארבן און מיטאמאל האבן זיך די איינוואוינער געטראפן מיט א שווערן קריזיס פון צענדליגער ארעמעלייט וועלכע האבן נישט קיין לחם לאכול. ערשט דאן האבן מענטשן רעאליזירט אז דער קמצן איז געווען דער וואס האט בדרך כבוד אויסגעהאלטן אלע ארעמע איינוואוינער פון שטאט אָנדעם וואס די ארעמעלייט זאלן דאס אפילו רעאליזירן. ר’ שלום מרדכי איז נישט געווען קיין קמצן אבער פילע איינוואוינער האבן פּשוט פארגעסן אז ס’איז פאראן עמיצער וואס באצאלט זייערע בילס.

דער קריזיס האט זיך נישט אפּגעשטעלט ביז דער יעצטיגער מינוט. וויבאלד עס איז מער נישט געווען ווער עס זאל באצאלן דער מארטגעדזש זענען די געביידעס פון דער תלמוד תורה און בית חינוך געגאנגען אויף פארקלאזשור. דערווייל גייען די לימודים נאך אָן ווי געהעריג אבער יעדע וויילע קען די באנק באשליסן אז זי ווילן אוועקנעמען די געביידעס.

פּאסטוויל וואקלט זיך. דער רעסטוראנט, דער דעלי און די בעקעריי האבן זיך פארשלאסן. די גראסערי שטייט אויף הינערנע פיס. די פּאליצעס זענען האלבוועגס ליידיג וויבאלד טייל סופּלייערס ווילן מער נישט געבן קיין פּראדוקטן אויף קרעדיט. עס הערשט א מאנגל אין קריטישע כשר’ע פּראדוקטן. ווען עס קומט פאר א פרישער טראנספּארט פון עסן צו דער גראסערי ווערט עס תיכף צעכאפּט און א צעטל הענגט אויפ’ן פרידזשידער אפּעלירנדיג צו די קונדן אז מען זאל נישט נעמען צופיל מילך, ווייל ס’וועט נישט בלייבן פאר אנדערע.

אמת טאקע אז לעצטנס האט זיך דער מצב עטוואס פארבעסערט, נאכדעם וואס די פּראדוקציע אינעם פּלענט איז צוריק באנייט געווארן אונטער דעם נייעם אייגנטימער, און מענטשן האבן אויפגעהערט צו פארלאזן דעם ארט, אבער פארט הערשט נאך א געוויסע אומרואיגקייט אין שטעטל וויבאלד מענטשן זענען נישט זיכער וואס די צוקונפט וועט ברענגען. די שחיטה איז טאקע באנייט געווארן אבער עס איז נישט פאראן קיינער וואס זאל איבערנעמען און ערזעצן די אומגעהויערע צדקה און חסד אקטיוויטעטן פון ר’ שלום מרדכי. מען טרעפט נישט אזוי שנעל אזא גרויסן בעל חסד.

היינט צוטאגס זענען פאראן בלויז ארום צען-פופצן אידן מיט שטריימלעך (און טייל מיט ווייסע זאקן) אין פּאסטוויל, אבער אין די גוטע צייטן זענען געווען כאטש דריי מאל אזויפיל שטריימלעך אין פּאסטוויל.


דער ספּעציעלער חן און געשמאק פון פּאסטוויל


אבער טראץ אלע צרות און פּראבלעמען האט פּאסטוויל נישט פארלוירן איר חן. די רואיגקייט, די מנוחת הנפש וואס הערשט דארט איז נישט פאראן ערגעץ וואו אין אמעריקע. מענטשן זענען קיינמאל נישט אין קיין געיעג; מען יאגט זיך נישט אין ערגעץ, ווייל עס איז נישטא וואו זיך צו יאגן. “עס איז נישטא נאך אזא רואיגער און געשמאקער ארט ווי פּאסטוויל אין דער גאנצער וועלט,” זאגט הרב משה הערש ראטה, דער וויזניצער מוהל, וועלכער איז געבליבן אין פּאסטוויל אין דער שווערער עפּאכע נאכדעם וואס אגריפּראסעסארס איז אונטערגעברענגט געווארן. (הרב ראטה, וועלכער איז א חבר ועד ההנהלה, איז געווען שטארק אקטיוו אין העלפן שטעלן די תלמוד תורה אויף די פיס און איר ראטעווען פון טאטאלן אונטערגאנג.)

פּאסטוויל האט דעם חן און געשמאק פון אַן אלטן שטעטל אין אייראפּע, אבער אויך דאס גלות-געפיל פון דעם אלטן אייראפּעאישן שטעטל. “אין פּאסטוויל געדענקט מען אלעמאל אז מען איז אין גלות,” זאגט הערשי רובאשקין. “מען קען דאס נישט פארגעסן. די גוים דערמאנען עס כסדר.”

ווער רעדט נאך פון דעם שבת אין פּאסטוויל וואס איז ממש מעין עולם הבא. עס איז נישטא די ווערטער מסביר צו זיין פאר עמיצן וואס איז נישט דארט געווען וואספארא טעם עס האט א שבת אין דעם רואיגן פּאסטוויל, ארומגענומען מיט מיילן פון פארמס, קוים וואס מען זעט א קאר פאר די אויגן.

אין שול דרייען זיך אלע ארום אויפגעלייגט און צופרידן און וואונטשן זיך איינער דעם אנדערן א גוט שבת. די פריינדליכקייט פון די איינוואוינער זעט זיך אָן אויף טריט און שריט. אין שול זענען אלע פון קליין-ביז-גרויס צוגעקומען צו מיר און מיר געגעבן שלום און געוואונטשן א הערצליכן גוט שבת. א גרויסע צאל זענען מיר אויך געקומען איינלאדענען צו א סעודה און בעטן איך זאל קומען עסן די סעודה ביי זיי. איך האב געהאט גענוג איינלאדונגען פאר א גאנץ יאר שבתים.

ביי די רובאשקינס אינדערהיים איז די שטימונג גאר דערהויבן. ר’ געצל רופט אויס די נעמען פון די בחורים ארום דעם טיש און בעט פון יעדן איינעם צו זאגן תורה, און אלע איינס ביי איינס זאגן תורה און דערנאך זינגט מען זמירות ביז אין די שפּעטע שטונדן.

אינמיטן דער סעודה עפנט זיך אויף די טיר און עס שפּאצירט אריין אַן עלטערער אמעריקאנער איד, מיט א היטל וואס מיליטערישע וועטעראנען טראגן, וועמען אלע רופן “משה לכה דודי”. משה דערנענטערט זיך צום לאנגען טיש און ער זאגט א ווארט אויף דער וואכעדיגער סדרה און דאן זאגט ער א אידישע ווערטל, איידער ער וואונטשט הארציג אָן “לחיים” פאר יעדן איינעם און פארלאזט דאס הויז, און ווענדט זיך צום קומענדיגן אידישן הויז אין פּאסטוויל וואו עס חזר’ט זיך איבער די זעלבע געשיכטע.

ווי איך האב שפּעטער געהערט האט דער דאזיגער משה, וועמענ’ס אמת’ע פאמיליע נאמען איז וואלפסאן, גאר אַן אינטערעסאנטע געשיכטע. ער איז געבוירן געווארן אין אילינאי צו אַן אמעריקאנער אידישער פאמיליע. ער האט ליידער געוואוסט זייער ווייניג פון אידישקייט צו זאגן. דורכאויס דעם צווייטן וועלט קריג האט ער געקעמפט אין דער אמעריקאנער ארמיי קעגן דייטשלאנד, ווען ער איז עלטער געווארן האט ער געהייראט א גוי’איש מיידל פון א שטעטל אין אייאווע (רח”ל) ארום דרייסיג מייל פון פּאסטוויל. אזוי האט ער געלעבט במשך פון אסאך יארן נישט וויסנדיג וואס עס מיינט צו זיין א איד. צום מזל האט ער נישט געהאט קיין קינדער פון דער פרוי וועלכע איז געשטארבן יונגערהייט. איין טאג האט משה פארבלאנדזשעט קיין פּאסטוויל און ער האט געטראפן אידן מיט בערד און פּיאות. ער איז תיכף געווארן איבערגענומען ביז גאר. “עס זענען נאך דא אזעלכע אידן אויף דער וועלט?” האט ער געפרעגט פון איין איינוואוינער מיט טרערן אין די אויגן. “איך האב געמיינט אז זיי זענען אלע אויסגע’הרג’עט געווארן דורך די נאציס.”

זינט דאן איז משה וואלפסאן געווארן צוגעבינדן צו פּאסטוויל; ער האט אנגעפאנגען אהינצוקומען אויף שבתים און ימים טובים. די איינוואוינער האבן אים הערצליך מקרב געווען און זיי האבן אנגעפאנגען צו לערנען מיט אים אידישקייט, ביז ווילאנג ער איז געווארן אַן אמת’ער פרומער איד. פון אנפאנג אָן ווען משה האט נישט געקענט קיין צורת אל”ף פלעגט ער זיצן שטיל און אויסהערן וויאזוי די אנדערע דאווענען, און בלויז ווען ס’איז געקומען צו “לכה דודי” האט ער זיך אויפגעשטעלט און געטאנצן א פרייליכער ווייל דאס איז געווען די איינציגסטע זאך וואס ער האט געקענט. אזוי ארום האט ער באקומען דעם צונאמען “משה לכה דודי.”

ווי ס’שטעלט זיך ארויס איז דער משה אריבערגעגאנגען די זעלבע באהאנדלונג ווי איך, ווערנדיג באווארפן מיט איינלאדונגען אָן א שיעור, און דעריבער האט ער זיך איינגעפירט דעם מנהג צו פּראווען שבת אין אזויפיל הייזער ווי מעגליך. ער גייט ארום פון איין הויז צום צווייטן, וואונטשט לחיים, זאגט א ווארט וואס ער האט געלערנט און א אידיש ווערטל און דאן גייט ער ווייטער צום קומענדיגן הויז.

ווי ס’שטעלט זיך ארויס איז דער משה אויך גאר א גוטהארציגער מענטש. ער האט איין טאג אויסגעפונען אז זיין מיליטערישער קאמאנדיר דורכאויס דעם צווייטן וועלט קריג, אויך א איד, איז דורך זיין פאמיליע אריינגעשליידערט געווארן אין א היים וואו ער שמאכטעט אַן איינזאמער און קראנקער. משה איז געגאנגען און ארויסגענומען דעם איד פון דער היים און ער האט אים אריבערגענומען צו זיין הויז און זיך דאן אפּגעגעבן מיט אים מיט א גרויסער געטריישאפט. דער מצב פון דעם עלטערן מענטש האט זיך שטארק פארבעסערט און ער האט אויסגעלעבט זיינע יארן א גליקליכער און צופרידענער, ווערנדיג באהאנדלט דורך משה’ן געטריי ביז צום לעצטן טאג.


צוריק ביי ר’ שלום מרדכי אין טורמע


נאכ’ן פּראווען א געהויבענעם שבת אין פּאסטוויל האבן מיר זיך צוריקגעקערט קיין סידער רעפּידס, אייאווע, און מיר האבן באשלאסן אז פאר מיר פליען צוריק קיין ניו יארק צו גיין באזוכן ר’ שלום מרדכי’ן אין תפיסה נאך איין לעצטן מאל און אים געבן א גרוס פון זיין משפּחה און פון דעם שטעטל פּאסטוויל.

ביי דער טורמע האט אונז אפּגעווארט אַן אינטערעסאנטע איבערראשונג. במשך די פּאר טעג וואס מיר האב געוויילט אין פּאסטוויל האבן מיר געהערט פון דאג האנט און פון עטליכע אנדערע גלויביגע גוי’אישע איינוואוינער וויאזוי ג-ט האט באשטראפט אייאווע פאר’ן טשעפּען מיט די רובאשקינס, דורך ברענגען א שווערע פארפלייצונג וואס האט פאראורזאכט אומגעהויערע שאדנס פאר דער סטעיט. יעצט אנקומענדיג צו דער טורמע האב איך צו מיין וואונדער געטראפן א נייעם טאוול וואס איז נארוואס אינסטאלירט געווארן אויף דער דרויסנדיגער וואנט פון דער טורמע, וואס צייכנט אָן ווי הויך דאס וואסער שטאפּל האט דערגרייכט אין דער טורמע דורכאויס דער פארפלייצונג וואס האט באטראפן די סטעיט. דער טאוול איז אינסטאלירט געווארן פּונקט יעצט פאר מיין צווייטן באזוך, צוויי יאר נאך דער פארפלייצונג. עס איז געווען אַן אינטערעסאנטער צופאל; א סיגנאל פון הימל.

ר’ שלום מרדכי איז געווארן שטארק גערירט ווען מיר האבן אים איבערגעגעבן א באריכט איבער דעם שבת אין פּאסטוויל בכלל און איבער די סעודה וואס מיר האבן געפּראוועט פרייטאג צונאכטס אינעם הויז פון די רובאשקינס. מיר האבן אים אויך פארציילט איבער די פילע אין פּאסטוויל וועלכע פרעגן זיך נאך אויף אים מיט טרערן אין די אויגן. ער האט זיך באדאנקט פאר אונז פון טיפן הארצן.

ר’ שלום מרדכי האט אונז פארציילט וויאזוי ער איז זיך מחזק דורך לערנען תורה און דורך עוסק זיין בתפלה יעדן איינציגסטן טאג, אריינגערעכנט פארשטייט זיך זיין שיעור אין חובות הלבבות.

א מקוה האט ער נישט און דעריבער האט ר’ שלום מרדכי געבעטן אז מען זאל אים אמווייניגסטנס ערלויבן צו נעמען א שויער יעדן טאג פאר’ן דאווענען, אז דאס זאל זיין במקום פון א מקוה, דערנאך לערנט ער חסיד’ישע ספרים פאר’ן דאווענען און ער זאגט אויס גאנץ תהילים, און דאן שטעלט ער זיך דאווענען מיט א חסיד’ישן ברען.

ר’ שלום מרדכי האט אויך גערעדט מיט גרויס דאנקבארקייט איבער די בריוו וואס ער האט באקומען אין טורמע פון אחינו בני ישראל. פאר א מענטש וואס זיצט אין טורמע איזאלירט, איינער אליין, אין א ווילד-פרעמדן ארט, איז דאס א גרויסער חיזוק אז עס זענען דא אידן וואס פארגעסן נישט פון אים. ר’ שלום מרדכי האט באקומען גאר אסאך ווארעמע בריוו פון ליטווישע אידן וועלכע האבן געשריבן אז זיי שלאפן נישט מיט א קושן זייט זיי האבן געהערט אז ר’ שלום מרדכי באקומט נישט קיין קושן, כדי מיטצופילן מיט זיין ווייטאג.

ביי דער געלעגנהייט ווילן מיר טאקע בעטן פון וועמען עס קען נאר זיך אראפּצוזעצן די פּאר מינוט און שרייבן א בריוו פאר ר’ שלום מרדכי. עס לאזט זיך נישט זאגן וואס מען קען אויפטאן מיט אזא בריוו. מען קען ממש מחי’ זיין דעם דאזיגן פיינעם איד וועלכער איז א קרבן ציבור און מאכט מיט אזויפיל אין דער פינסטערער טורמע. דער אדרעס אים צו שיקן בריוו (ביז צום פעדעראלן אורטייל אום יוני 22) איז:

Linn County Correctional Center

Inmate Shalom Rubashkin

P.O. Box 608

Cedar Rapids, IA 52406-0608

אונזער באזוך ביי ר’ שלום מרדכי’ן וואלט געקענט אנגיין פאר אַן אייביגקייט, ווען נישט עס איז איבערגעריסן געווארן דורך א קאלטער וועכטערקע וואס האט דערקלערט אז די באזוך שטונדן זענען פאראיבער. מיט גרויס ווייטאג האבן מיר זיך צוגעקוקט וויאזוי ר’ שלום מרדכי ווערט ארויסגעפירט פונעם קאנפערענץ צימער און ווערט אונטערזוכט פון קאפּ ביז פיס, זיכער צו מאכן אז ער האט נישט באקומען גארנישט אומלעגאל. מיינע אויגן האבן זיך צוזאמגעטראפן מיט ר’ שלום מרדכי’ס אויגן צום לעצטן מאל און ר’ שלום מרדכי האט מיר געשאנקען א טרויעריג שמייכל.

פון דער טורמע בין איך געפארן דירעקט צו דעם סידער רעפּידס לופטפעלד, וואו א באאמטער האט באטראכט יעדע אידענטיפיקאציע קארטל מיט א פארגרעסערונג גלאז, פּשוטו כמשמעו, זיכער צו מאכן אז קיינער פּרובירט נישט אויסצושפּילן די סיסטעם…

די אייאווע רואיגקייט האט מיך באגלייט ביז אין לופטפעלד אריין. דער קאנטראסט צווישן לעגווארדיע לופטפעלד פון וואו איך בין ארויסגעפלויגן און דעם סידער רעפּידס לופטפעלד וואו איך בין אנגעקומען (מיט א סטאפּ אינדערמיט אין שיקאגא – עס זענען נישט פאראן קיין דירעקטע פלייטס פון ניו יארק קיין אייאווע.) איז געווען הימל אין ערד. אין ניו יארק טוען זיך אלע יאגן און בייזערן. אין אייאווע זענען אלע רואיג און געלאסן.

נאכ’ן אריבערגיין דעם זיכערהייטס פּונקט האב איך געהאט א גאנצע עבודה צוזאמצונעמען אלע מיינע פּריוואטע און זשורנאליסטישע חפצים, פּאסיג, שיך, רענצל, לעפּטאפּ קאמפּיוטער (וואס מען מוז לויט די טי-עס-עי רעגולאציעס ארויסנעמען פון זעקל און עפענען), קאמערע, רעקארדער, נאטיץ-ביכל, א.א.וו. עס האט מיר געדויערט עטליכע מינוט זיך צו באכלעפּטשען. מיטאמאל הייב איך אויף דעם קאפּ און איך קוק צוריק און ס’ווערט מיר גוט… די גאנצע ליניע האט זיך אפּגעשטעלט. קיינער גייט נישט אריבער דעם מעטאל דעטעקטאר. אלע שטייען און ווארטן אויף מיר… “זארג נישט,” בארואיגן מיך עטליכע רואיגע אייאווער, “מיר יאגן זיך נישט. נעם וויפיל צייט דו דארפסט.”

איך האב פארשטייט זיך געדארפט די דאזיגע אריינפּראגראמירטע העפליכקייט ווי א לאך אין קאפּ. כ’האב זיך באדאנקט פאר די דאזיגע מענטשן און זיי געזאגט, “ביטע, גייט ווייטער. ס’וועט נאך דויערן א וויילע…”

אט אזוי האט זיך געענדיגט מיין באזוך אין אייאווע. איך האב זיך צוריקגעקערט קיין ניו יארק אינגאנצן איבערגענומען און באגייסטערט פון מיינע איבערלעבענישן אין דער ווייטער אייאווע.

איבערן שרייבער

שמעון ראלניצקי

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.