לאקאל און נאציאנאל

געהיימער אמעריקאנער וואפן ווערט אויפגעדעקט פאר די וועלט

אין די וואל סטריט דזשורנאל איז אויפגעדעקט געווארן איבער א געהיימע אמעריקאנער וואפן, א מיסל וואס פארמאגט זעקס שארפע מעסער’ס, וועלכע צילט צו ליקווידירן טעראריסטן און גלייכצייטיג נישט צוברענגען צו שעדיגן אומשולדיגע.

די געהיימע זעקס-שפיציגע וואפן ווערט אנגערופן R9X – און עס רייסט נישט אויף. ס’ווערט אראפגעווארפן אויף א ציל פון א דראון, און דער 45 קילאגראם פון מעטאל שעדיגט די ציל מיטן קראפט וועלכע קען ‘דורכשניידן’ א קאר אדער געביידע אין געציילטע סעקונדעס, און באלד אומברענגען דעם געצילטן.

די סי. איי. עי. און די פענטעגאן האבן זיך אסאך באנוצט דערמיט, אבער עס איז געווען א געהיימע וואפן. אבו חאיאיר על-מאסרי, דער וויצע פירער פון על-קעידא, איז לויט די באריכט אומגעברענגט געווארן פון אזא מיסל דרייוונדיג א קאר אין פערבואר 2017.

באזונדער איז דער מח פון די טעראר אטאקע אין תימן אויף אמעריקאנע אינטערעסן אין יאר 2000 – דזשאמאל על-בעדאווי – אין וואס עס זענען אומגעקומען 17 אמעריקאנע מאטראזן, אויך עלימינירט געווארן פון אזא סארט מיסל.

לויט די באריכט איז דער מיסל שוין געווען אין אמעריקע’ס ארסענאלן אין יאר 2011, און ס’איז געווען אין פלאן צו גענוצט ווערן צו אומברענגען דעם ארכי מערדער אסאמא בין לאדין – וואס איז למעשה געשטארבן פון א קויל וואס א נעווי סיעל האט אים געשאנקען.

ווי די באריכט ווייסט צו דערציילן, האט פרעזידענט אבאמא שטארק געשטופט צו ערצייגן און נוצן דעם וואפן, נאכן קריטיקירט ווערן אז הונדערטער ציווילע מוסלעמענער שטארבן פון זיינע לופט אטאקעס. אצינד האט מען געליעקט די עקזיסטענץ פון דעם וואפן צו די גאס, וויבאלד אמעריקע וויל אז די מוסלעמענער זאלן איר אנקוקן מיט א גינסטיגערע בליק – שרייבט די דעילי מעיל.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.