אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

אופס… דער ‘אומזיגבארער’ פוטין כאפט א געזונטן גליטש פארנט פון זיין פאלק

דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין וועלכע שפילט זיך אראפ אלס א מאכטפולער מענטש, און איז פארנומען מיט זיינע אויסערגעווענליכע ‘ספארט’ קענטעניסטן, האט דאסמאל נישט אזוי געשמאק געענדיגט ווי ער חלומ’ט זיך.

ווי אין די לעצטע זיבן יאר, האט זיך פוטין דאס יאר אויך באטייליגט אינעם אייז-גליטשן שפיל אינעם שטאט סאאטשי, וואו ער האט געוויזן וואס ער קען. אבער דאסמאל האט ער אינמיטן פאכען מיט די הענט פאר די באטייליגטע, געכאפט א געזונטן גליטש און מיאוס געטראסקעט מיטן פנים אויף אראפ.

אינעם שפיל זענען געווען די גרעסטע רוסישע שפילער, וואס האבן זיך אלע געלאזט אז פוטין זאל זיי באזיגן… אין ענדע האט ער געגליטשט, און דאן פארפארן צו א רויטן טעפיך וואס איז אויסגעשפרייט געווארן לכבודו אין די זייט, און דאן געכאפט א געזונטן זעץ.

די שפילער האבן אים באלד אויפגעהויבן, און ער האט פרובירט ווייטער אנצוגיין ווי גארנישט וואלט פאסירט.


זעט ווידעא אין די ווידעא בלאט אויף אונזער זייטל


איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.