“לייסנס און קאר רעגיסטראציע ביטע!”
צוויי פאליציאנטן וואס האבן אפגעשטעלט אן עלטערער פארפאלק, האבן נישט גע’חלומ’ט אז אין זייער רוטינער ארבעט פון טיילן טיקעטס פאר טרעפיק פארלעצער, וועט זיי ברענגען צו טרעפן א ריזיגער צאל דראגס, אין ווערד פון איבער 300,000 דאלער!
אלעס האט זיך אנגעהויבן ווען 2 פאליציי אפיצירן פארנדיג אויף די אינטערסטעיט 80 שאסיי, אין יארק קאונטי, נעברעסקע, האבן באמערקט ווי א טאיאטע דעקאטע קאר, מאכט אן אומלעגאלער מאנעוורע און רוקט זיך אריבער צו אן אנדערער לעין אן מאכן די סיגנאלן פאר די דרייווער ארום, די אפיצירן האבן גראד אנגעצינדן די לעמפלעך און ארויסגעפלויגן נאך דעם קאר, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו ווערן געפירט דורך אן אכציג יעריגער מאן מיטן נאמען פעטריק דזשעראן זיצנדיג מיט זיין ווייב, אין די טיפע 70-גער יארן.
די אפיצירן האבן געבעטן די לייסנס און רעגיסטראציע, און געשטעלט פראגעס פון די קאר אייגנטומער, ווען זיי האבן אנגעהויבן שפירן א שטארקע גערוך פון מאריכואנא. זיי האבן קודם געטראכט אז דער דרייווער איז א דראג-עדיקט אדער אז ער איז געשטאנען אין געגנווארט פון עמיצער וואס האט גערייכערט דראגס, און האבן געבעטן מען זאל אריבערברענגען א שמעק הינט פון די פאלציי סטאנציע, צו זען אויב זייערע פארדאכטן זענען ווירקליך.
ווען מען האט אריבערגעברענגט דעם שמעק הינט, האט ער אנגעהויבן מאכן געוואלדיגע קולות און געבילט אויף א ווילדע אופן, די אפיצירן האבן געהייסן די פארפאלק ארויסגיין פון די אויטא, און האבן דאס אנגעהויבן אונטערזוכן, עס האט נישט גענומען קיין לאנגע צייט ווען זיי האבן אפגעפונען א קוואנטום פון העכער 60 פונט דראגס!
מען האט גענומען דעם פארפאלק אין פאליציי סטאנציע, און זיי האבן דערקלערט אז זיי האבן דאס געקויפט צו פארטיילן פאר זייערע פאמיליע מיטגלידער אלס געשאנק אין ליכט פון זייערע חגאות, ווילנדיג קויפן עפעס וואס זאל יעדן איבערראשן…
די פאליציי אפיצירן האבן אבער איבערראשט די פארפאלק מיטן קאנפיסקירן דעם גאנצן שיפמענט פון אומלעגאלע דראגס, אויסקומענדיג צו זיין אין די ווערד פון איבער 300,000 דאלער.
זיי האבן באפרייט די פרוי צוליב וואס זי האט געזונטהייט פראבלעמען, און דער עלטערער מאן איז געווארן באפרייט פון די יארק קאונטי טורמע נאכן צאלן שטראף געלטער. ער האט גע’טענה’ט אז ער האט נישט געוואוסט אז עס איז אומלעגאל צו דורכפירן דראגס אין נעברעסקא, ער איז געפארן פון קאליפארניע, אויפן וועג צו ווערמאנט, ווי עס וואוינט זיין פאמיליע.