צו די באפרייאונג פון הר”ר שלום מרדכי רובאשין, נעמען מיר אפיר אן אינטערסאנטן ארטיקל וואס איז געלאפן אין איינע פון די אידישע אויסגאבעס מיט אסאך יארן צוריק, מיט אינטערסאנטע אינפארמאציע איבער די אלף ארגענעזאציע, וועלכע איז געווען א שטארקע אקטיווע הילף פאר די רובאשקין פרשה. ליינט און האט הנאה
די טרויעריגע רעאַליטעט איבער אידישע אַרעסטאַנטן
אַמעריקע איז די מלכות של חסד, אָבער אויך די מלכות בתי הסוהר… פאר יעדע קלייניגקייט ווערט מען אַריינגעשליידערט אין טורמע. אַמעריקע פאַרמאָגט 2.5 מיליאָן אַרעסטאַנטן וועלכע פילן איבער די ריזיגע טורמעס. די אַמעריקאַנער באַפעלקערונג פאַרנעמט בלויז 5 פּראָצענט פון די גרויסע מענטשהייט אָבער לעומת זה פאַרנעמט זי אַזויפיל ווי 25 פּראָצענט פון די גאַנצע וועלטס אַרעסטאַנטן פּאַפּולאַציע! איינס פון יעדע פיר אַרעסטאַנטן אין די וועלט זיצט אין אַמעריקע!
אַזויפיל ווי 2.5 מיליאָן מענטשן זיצן אין די אַמעריקאַנער טורמעס, אָבער גאָר אַנדערש איז די גורל פון די איבער 800 אידן וואָס זיצן ליידער אויך אין טורמעס, צווישן זיי איבער 100 אידן שומרי תורה ומצוות. וועלכע מוטשען זיך גאָר שטאַרק צו האָבן די ספּעציעלע געברויכן וואָס אַ איד דארף האָבן: כשרות, אידישקייט, קשר מיט זיין משפּחה, און חיזוק.
די ביטערע גורל טיילן מיט נישט בלויז די אַרעסטאַנטן, נאָר אויך אויף אַ גרויסן פאַרנעם זייערע משפּחות, וועלכע בלייבן אָן קיין טאַטן, אן אַ פינאַנציעלע רוקן-ביין, אָן קיין סטאַביליטעט, ליידנדיג פון אָרימקייט, בזיונות, שוועריגקייטן און פּראָבלעמען. אָפטמאָל ליידן זיך די פאַמיליעס אַזוי שטאַרק אָן אַז די שטוב גייט צעגרונד ל”ע, די קינדער גליטשן, מען זינקט אין חובות אָדער מען פאַלט אַריין אין גייסטישע קאָמפּליקאַציעס.
די אידן אין טורמע זענען זייער אָפט טייערע אומשולדיגע אידן און נישט חלילה קיין פאַרברעכער; די אַמעריקאַנער יוסטיץ סיסטעם פאַרמאָגט אַסאַך לעכער, און אין אָט די לעכער פאַלן אַריין אַסאַך אידן וועלכע זענען דורכגעפאַלן מיט אַ קלייניגקייט; אָבער האָבן זיך ביטער פאַרפּלאָנטערט מיט די קאָמפּליצירטע געזעץ, און פאַלן אַריין אין שווערע טורמע טערמינען. אַסאַך אידן זיצן פאר פאַרלעצונגען וואָס אין רוב אַנדערע לענדער וואָלטן זיי אָפּגעקומען מיט אַ געלט שטראָף.
אויסער די אידן דאָהי אין די טורמעס, מאַכט זיך ליידער אָפט אידן וואָס פאַלן אַריין אין טורמעס אין אַנדערע לענדער פון די וועלט, צו איז עס יאַפּאַן, אינדיע, מעקסיקאָ, באָליוויע אָדער שפּאַניע, וואָס זיצן אין טורמע אין אַ פרעמד לאַנד געבט צו צום גייסטישן דרוק אויפ’ן מענטש, וויסנדיג אַז מען איז אַזוי ווייט און אָפּגעזונדערט פון די פאַמיליע און נישטאָ גאָרנישט באַקאַנט נאָנט צום אַרעסטאַנט.
יעדער אידישער אַרעסטאַנט דארף האָבן אַ געוואַלד מיט הילף, פון לעגאַלע באַגלייטונג און ראַט, חיזוק ועידוד אין די שווערע דורכגאַנג, פינאַנציעלע הילף ווייל מען אַרבעט נישט בשעת’ן אָפּזיצן אין טורמע, כשרות און אידישקייט אין טורמע וועלכע איז באַזונדער שווער צוליב די פילע רעגולאַציעס אין פאַרשידענע סטעיטס און לענדער, פינאַנציעלע און גייסטישע הילף פאר די פאַמיליע און באַגלייטונג אויף טריט און שריט.
אל”ף אינסטיטוט –דער מלאך מושיע
לאַנגע יאָרן זענען טאַקע אידן אין טורמעס געווען ליידער אַ פאַרגעסענע זאַך, סיי צוליב וואָס עסקנים האָבן נישט געהאַט אַ געלעגנהייט צו הערן איבער די שוועריגקייטן און די געזעצן אַריינצוטראָגן זאַכן אין טורמעס זענען אין אַ געוויסן זין געווען שווערער אַמאָל, און סיי צוליב וואָס די צאָל אידישע אַרעסטאַנטן איז נאָכנישט געווען אַזוי גרויס.
אין יאָר תשמ”א האָט אָבער פּאַסירט אַ דורכברוך לטובה פאר די אידישע אַרעסטאַנטן איבער אַמעריקע און איבער די וועלט, ווען עס איז אויפגעשטאַנען דער באַרימטער ליובאַוויטשער עסקן נמרץ לטובת היחיד והכלל, מיט אַ קאָכעדיג הארץ פאַר אידישע נשמות ר’ שלום ליפסקער הי”ו און האָט געגרינדעט די אָרגאַניזאַציע “אל”ף אינסטיטוט”, וועלכע איז היינט צוטאָגס אויסגעוואַקסן אַלס איינס פון די גרעסטע “לטובת-אַרעסטאַנטן” אָרגאַניזאַציעס איבער די וועלט, אפילו צווישן די גוי’אישע אָרגאַניזאַציעס!
ר’ שלום האָט זיך שטאַרק געפּלאָגט, אָנפירנדיג אין די זעלבע צייט מיט אַ חב”ד שוהל און תלמוד תורה אין מיאַמי ביעטש, פלאָרידע. ער איז געווען איינער אַליינס און האָט אָנגעהויבן די שווערע אַרבעט פון גיין אַפירזוכן אין די טורמע רעקאָרדס וואו עס געפונט זיך אַ אידיש קינד אונטער אַרעסט און וואָספאַראַ סאָרט הילף מ’קען צושטעלן פאַר אים פּערזענליך און פאר זיין פאַמיליע וועלכע זענען געבליבן אָנע פּרנסה ברענגער.
ווי ר’ שלום דערציילט אין אַ שמועס, האָט ער דאַן באַדינט קוים צעהן אידישע אַרעסטאַנטן און די אַרבעט בלויז אַריינצוברענגען אַ סידור אין טורמע איז געווען אַ ביטער שווערע. די איינגעשטעלטע אינעם “קארעקשאנס דעפּאַרטמענט”, סיי אויפ’ן פעדעראַלן שטאַפּל און סיי אין יעדע סטעיט, האָבן דאַן נאָכנישט פאַרשטאַנען און געהאַט אַזאַ ברייטע ידיעה איבער אידישע מצוות און מנהגים און זיי זענען נישט געווען וויליג אַזוי שנעל צו געטרויען אַ איד וועלכער געבט זיך אן אַלס אַ פּשוט’ער וואוילטעטיגער וואָלונטיר און וויל אַריינטראָגן זאַכן אין טורמע.
אויטאָריטעטן הייבן אן אַנערקענען
ר’ שלום האָט פאַרשטאַנען אַז צו העלפן אַרעסטאַנטן באַדייט נישט נאָר זיי צו העלפן פּערזענליך ווען זיי זענען שוין אין טורמע, נאָר זיי באַגלייטן אין לויף פון די וואָכן, מאָנאַטן און צומאָל יאָרן וואָס די פּראָצעסן ציען זיך, מיט לעגאַלע ראַט, אויפטריטן אין געריכט און אַזוי ווייטער. קאַרגע צוויי יאָר נאָכ’ן עפענען די אינסטיטוציע, האָט מען באַלד געזען אַז ר’ שלום’ס אַרבעט שלאָגט וואָרצלען מיט די אויטאָריטעטן און איינגעשטעלטע אינערהאַלב אַמעריקע’ס יוסטיץ און טורמע סיסטעמען, ווען דער דיסטריקט ריכטער דזשעק וויינסטין פון מזרח ניו יאָרק האָט אָפּגעשריבן אַ סטעיטמענט איבער די נאָבעלע ווערק פונעם אל”ף אינסטיטוט.
“ראַביי שלום ליפסקער, דער פירער פון די אלף אינסטיטוט, און זיינע געהילפן, צווינגען אונז צו געבן אַ טיפערן טראַכט און בעסער פאַרשטיין אַז יעדער אַרעסטאַנט איז נישט פּשוט אַ נאָמבער, נאָר דאָ ליגט הונטער אים אַ מענטש, אַ פּערזענליכקייט, מיט אַ פאַמיליע און ספּעציפישע באַדערפענישן”- האָט ריכטער וויינסטין געשריבן. “זיי טוען אויסערגעווענליכע אַרבעט און עס איז שעצבאר”.
ריכטער וויינסטין שרייבט ווייטער: “אלף אינסטיטוט טוט דריי הויפּט זאַכן, איינס אַז זיי העלפן מסביר זיין פאַר אונז ריכטער און פּראָקוראַרן אַז צומאָל קען בעסער העלפן דעם מענטש זיך אויסקורירן פון זיין קרימינאַלע פאַרגאַנגענהייט אויב זעצט מען אים נישט אַריין אין טורמע, נאָר אַנשטאָט העלפט מען יענעם בלייבן אינדערהיים מיט זיין פאַמיליע, אָבער מען האַלט חשבון און העלפט אויף יעדן טריט.” ריכטער וויינסטין גייט ווייטער אַריין אַז די אַנדערע צוויי זאַכן זענען אַז מען העלפט די וועלכע קומען ליידער יאָ אן אין טורמע און אויך העלפט מען זייערע פאַמיליעס.
ריכטער וויינסטין’ס בריוו איז בלויז געווען איינס פון די פילע באַווייזן פאר ר’ שלום און זיינע געטרייע מיטאַרבעטער עסקנים, אַז זייער אַרבעט צאָלט זיך אויס און איבעראָל הייבט מען זיך אן רעכענען מיט זיי. אלף אינסטיטוט האָט שוין צוויי יאָר נאָכ’ן זיך גרינדן געאַרבעט מיט אַזויפיל ווי אַכצן טורמע סיסטעמען איבער אַמעריקע און געהאָלפן איינשטעלן אַ ספּעציעלע פּראָגראַם וועלכע האָט געגעבן צוויי וואָכן פאר אַרעסטאַנטן זיך צוצוגרייטן פיזיש און גייסטיש אויסצודינען זייער טורמע טערמין.
תשמ”ה -אַ ישיבה אין טורמע
אין יאָר תשמ”ה, קוים 4 יאָר נאָך איר גרינדונג, איז אלף אינסטיטוט שוין געווען אויסגעשטיגן צו אַ פולקאָמע נאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע, מיט עסקנים און פאָרשטייער איבער רוב סטעיטס איבער אַמעריקע. ר’ שלום האָט דאַן אָנגעהויבן אַרבעטן צו אַוועקשטעלן אַ ישיבה’אישע אַטמאָספערע, ווי ווייט מעגליך, אין די טורמעס וואו עס האָבן זיך געפונען מער ווי איינס אָדער צוויי אידן.
עס איז אַוועקגעשטעלט געוואָרן אַ סיסטעם פון “גראדואירן” פון ר’ שלום’ס ישיבה, אַז ווער עס האָט מיטגעהאַלטן און געענדיגט אַ באַשטימטע צאָל לימודים, האָט געקריגן אַנערקענונג דערפאַר. דער פּראָגראַם גייט אן ביז’ן היינטיגן טאָג און עס איז איבריג צו זאָגן וואָספאַראַ פּאָזיטיווע אַפעקט עס האָט אויף די אידישע אַרעסטאַנטן, וואָס אַנשטאָט דאַרפן פאַרברענען צייט מיט’ן גאָרנישט טאָן און טראַכטן איבער’ן ביטער’ן שיקזאַל, נעמט מען זיי אַוועק דעם קאָפּ פון די שרעקליכע צער, מיט עטליכע מינוט תורה יעדן טאָג, כי הם חיינו.
יענעם יאָר תשמ”ה איז שוין געווען אַוועקגעשטעלט אַ סקעדזשול פון עסקנים אינערהאַלב אלף אינסטיטוט וועלכע האָבן זיך אָנגעהויבן איינטיילן צו באַזוכן אידישע אַרעסטאַנטן אין אַזויפיל ווי 65 פעדעראַלע טורמעס און עטליכע סטעיט טורמעס אין ניו יאָרק, פלאָרידע און קאַליפאָרניע, און מען האָט אָנגעהויבן אַריינשטעלן תפילין’ס, ספרים און אידישע ביכער. פאַרשטייט זיך אַז דער לערנען-אין-טורמע פּראָגראַם האַלט נאָך אן ביז’ן היינטיגן טאָג און איז פיל פאַרגרעסערט און פאַרברייטערט געוואָרן, ווי מיר וועלן זען שפּעטער.
דער דאַן-פלאָרידע-גאָווערנאָר לאוטאן טשיילס האָט זיך דאַן אויסגעדרוקט אין עהרע פון אלף אינסטיטוט: “די פילע פּראָבלעמען איבער אונזער טורמע סיסטעם איז נישט גענוג אויב וועט עס ווערן אַדרעסירט דורכ’ן פּשוט צולייגן נאָך בעטן און צעלן אין די טורמעס. אָרגאַניזאַציעס ווי אלף אינסטיטוט צייגט אונז דעם שליסל צו ריכטיג העלפן פילע אַרעסטאַנטן אַוועקצוגיין פון זייער קרימינאַלע פאַרגאַנגענהייט.”
איינפלוס אויף ריכטער און טורמע פירער וואַקסט
וואָס אַ יאָר מער עס איז פאַראיבער, אַלס מער האָט זיך פאַרברייטערט אלף אינסטיטוט און זי האָט אַלס מער און מער געשיקט עסקנים צו רעדן און שתדל’ן ביי לאָקאַלע פּאָליטישאָנס אין די מערסט-פאַרשטופּטע קאַונטיס און שטעטלעך איבער אַמעריקע אַז זיי זאָלן אָנהייבן מיטאַרבעטן מיט די אידישע אינסטיטוציע און אַז דאָס וועט זיין פאַר זיי אַ טובה, אויסער די זיכערע טובה פאר די אַרעסטאַנטן.
אין יאָר תשנ”ד –דערציילט ר’ שלום- האָט שוין אלף אינסטיטוט געהאַט פאַרבינדונג מיט אַזויפיל ווי פינף טויזנט אידישע אַרעסטאַנטן און איבער צוויי טויזנט טורמע טשאַפּלעינס און טורמע מענעדזשערס, זיך צו פאַראינטערעסירן און נאָכגיין דעם מצב פון די אַרעסטאַנטן, און זיכער מאַכן אַז זיי שפּירן זיך דאָס מערסטע באַקוועם, סיי פּשוט מיט’ן זיין אין טורמע און באַזונדער מיט’ן פּראַקטיצירן אידישקייט.
פון די אַנדערע זייט איז אלף אינסטיטוט’ס איינפלוסרייכע אָרעם געוואַקסן צווישן ריכטער, פּראָקוראַרן און אַדוואָקאַטן. אין יענעם יאָר אַליינס האָט די אָרגאַניזאַציע אָפּגעהאַלטן עטליכע סעמינאַרן פאר יוסטיץ דעפּאַרטמענט איינגעשטעלטע און געזעץ פּראָפעסאָרן אין ניו יאָרק, צו מסביר זיין די וויכטיגקייט פון אַוועקשטעלן אַלטערנאַטיווע מיטלען צו פּשוט אַריינוואַרפן מענטשן אין טורמע, און דער הויפּט טשאַפּלעין פון די פעדעראַלע “ביוראָ אָוו פריזאנס” האָט דאַן געזאָגט אַז “אלף אינסטיטוט איז פון די מערסט-איינדרוקספולע הילפס אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע’ס היסטאָריע”!
אלף אינסטיטוט פארמישט אין גרויסע קעיסעס
זייענדיג דער פיאנער אין ארגאניזאציעס לטובת אידישע ארעסטאנטן, איז אלף אינסטיטוט שטענדיג דער ערשטער אדרעס אויף וועלכע אידן אין נויט קלאפן אן, און ליידער האט מען איבער די לעצטע פינף יאר געזען עטליכע מאל וויאזוי די ארגאניזאציע, אין שפיץ פון איר אנפירער ר’ שלום ליפסקער, איז געווען אינסטרומענטאל אין העלפן די פאר’צרה’טע פאמיליע סיי מיט אדוואקאטן, סיי מיט נויטיגע הילף אין געריכט הויז און פארשטייט זיך צוצושטעלן אלע וויכטיגע באדערפענישן ווי כשר צו עסן און טלית ותפילין אין טורמע.
אנגעהויבן פונעם קעיס ארום ר’ שלום מרדכי רובאשקין הי”ו, וואס גאנץ כלל ישראל איז אויפגעשוידערט געווארן וויאזוי מען האט אים אריינגעשליידערט אין טורמע אויף באשולדיגונגען וואס אנדערע איגנארירט מען איבער דעם. אלף אינסטיטוט איז גלייך געשטאנען צו די האנט פון די רובאשקין פאמיליע, נאכדערצו אז ר’ יעקב ווייס הי”ו, אן איידעם ביי ר’ שלום מרדכי, איז פון די הויפט עסקנים אן אלף אינסטיטוט.
ווען די 3 אומשולדיגע בחורים פון ארץ ישראל זענען ארעסטירט געווארן אין יאפאן נאכדעם וואס אן איש בליעל האט זיי אריינגענארט מיטצונעמען באהאלטענע דראגס אין אנטיק שטיקער, האט אלף אינסטיטוט זיך אריינגעלייגט, אויסנוצנדיג זייער ערפארונג אין האנדלען מיט אלע סארטן פאליטישאנס, און האבן פון הונטער די קויליסן געארבעט אינאיינעם מיט די רבנים און עסקנים זיכער צו מאכן אז ס’קומט אן כשר’ס און עטליכע ספרים צו די בחורים, וואס יעדער וואס האט נאר אביסל מיטגעהאלטן, ווייסט אז דאס איז געווען באזונדערע נסים.
ביים קעיס פון ר’ יעקב עסטרייכער, וועלכער איז ארעסטירט געווארן אויף הוילע אנקלאגעס אין די ווייטע באליוויע, האט אלף אינסטיטוט געארבעט גאר שווער זיכער צו מאכן אז די עסקנים וועלכע האבן זיך אפגעגעבן מיט’ן קעיס האבן אלע געלטער און אנדערע סארט הילף וואס מען האט נאר געדארפט, ארויסצוהעלפן ר’ יעקב אין די ביטערע טרויעריג-בארימטע פאלמאסאולע טורמע, און עווענטועל זעהט מען א גוטע ענדע צו דער געשיכטע און עס איז ערווארטעט אז ר’ יעקב וועט באפרייט ווערן אינעם נאנטן צוקונפט.
אלף אינסטיטוט און אירע סערוויסעס
אזוי איבער די יארן האט די ארגאניזאציע זיך צעבליעט און צעוואקסן, און היינט צוטאגס האט זי שוין וואלונטירן וועלכע פארן ארום איבער’ן יאר צו אזויפיל ווי פיר הונדערט טורמעס איבער אמעריקע, איבער’ן זומער און בעפאר יעדן יום טוב, זיכער צו מאכן אז אלע אידישע ארעסטאנטן פארמאגן יום טוב’דיגע מאכלים און אלע צוגעהערן וואס מ’דארף האבן פאר יעדע ספעציפישע יום טוב. לויט ווי ר’ שלום ליפסקער געבט איבער, דינט די אלף אינסטיטוט פאר אזויפיל ווי 4000 אידישע ארעסטאנטן –א גרויסע מערהייט פון זיי נישט קיין ריכטיגע שומרי תורה ומצוות, און איבער 25 טויזנט פאמיליע מיטגלידער פון ארעסטאנטן.
די פעולות נשגבות פון אלף אינסטיטוט (אויסער איר הילף פאר עלטערע אידן און אידישע קינדער אין מיליטער, ווי באריכטעט אין א באזונדערן קעסטל) ווערט איינגעטיילט אין דריי הויפט טיילן. 1) ארעסטאנט און פאמיליע סערוויסעס. 2) אדוואקאטירן פאר רעליגיע פרייהייט. 3) פריווענשאן.
די ערשטע טייל “ארעסטאנט און פאמיליע סערוויסעס” איז די הויפט יסוד אויף וועלכע די ארגאניזאציע האט זיך געגרינדעט ווי פריער געשריבן, און דאס איז וואס מ’געבט זיך אפ מיט’ן ארעסטאנט זעלבסט און מיט זיין פאמיליע. ווען א אידישע פאמיליע פארלירט זייער ראש המשפחה און קינדער פארלירן איינס פון זייערע עלטערן, אפילו בלויז פאר א קורצע וויילע, האט דאס א גאר נעגאטיווע פסיכאלאגישע אפעקט אויף זיי.
אלף שטייט גרייט מיט 350 רבנים, עקספערטן און פסיכאלאגן וועלכע ווערן אראפגעשיקט צו אזעלכע פאמיליעס און רעדן צו די קינדער דברי חיזוק און פסיכאלאגישע רייד, זיי צו בארואיגן און העלפן דורכגיין די שווערע צייטן. ווי ר’ שלום דערציילט אונז, ווערן די פאמיליעס און די קינדער פון ארעסטאנטן שטארק צוגעבינדן צו זייערע “קאונסלערס” וואס “אלף” שטעלט צו, און עס קומען אן מאנאטליך אזויפיל ווי 950 בריוון וואס די קינדער פון ארעסטאנטן שיקן אריין זיך צו באדאנקען. ענליך קומען אויך אריין ארום זעקס הונדערט טעלעפאן רופן זיך צו באדאנקען.
ר’ שלום דערציילט אז פילמאל קלונגט דער טעלעפאן אין איינס פון די אלף אפיסעס און אויפ’ן טעלעפאן רעדט א אידישער ארעסטאנט מיט א טרערן-געשטיקטע שטימע, דערציילנדיג אז זיין קינד האט אים געזאגט אז ער האט א נייע חבר, א וואלונטיר פון אלף אינסטיטוט, וועלכער העלפט אים אייביג בלייבן פרייליך, “אפילו ווען ס’איז זייער שווער אז טאטי איז נישט אינדערהיים”.
בעפאר יעדן שבת און באזונדער יום טוב, ווען ס’איז ספעציעל שווער פאר פאמיליעס וואס דער טאטע שמאכטעט אין טורמע, שיקט אלף אינסטיטוט ספעציעלע פעקלעך, נישט נאר פאר די ארעסטאנטן צו די טורמעס, נאר אויך פאר די פאמיליעס, וויבאלד דער מצב הפרנסה אין אזא שטוב איז זייער שווער, און אויך ווערט מיטגעשיקט ליין מאטעריאל וועלכע זענען איבערגעפולט מיט דברי חיזוק פאר אלע יארגענג אין די פאמיליע, און באזונדער פאר די אם הבנים, די קרוין פון די פאמיליע, וואס מ’קען זיך נישט פארשטעלן וואו שווער אזעלכע צייטן זענען פאר איר. (פאר מער ציפערן און א דעטאליזירטע באריכט איבער די אינטערעסאנטע אייטעמס און יום טוב באדערפענישן, זעהט ביים ענדע פון די ארטיקל.)
די צווייטע הויפט פראיעקט פון אלף אינסטיטוט איז די “אדוואקאטירן פאר רעליגיע פרייהייט”. איבער די יארן איז אלף אינסטיטוט עטאבלירט געווארן אלס די אפיציעלע קאנסאלטענט און ראטגעבער פאר די פעדעראלע טורמע ביורא און פילע סטעיט טורמע דעפארטמענטס, זיי צו העלפן פארשטיין די באדערפענישן פון אידישע ארעסטאנטן, אזוי אז די אויטאריטעטן קענען זיכער מאכן אז קיין שום רעליגיע פרייהייט ווערט נישט פארלעצט פאר אידישע ארעסטאנטן.
איין עקזעמפלאר וואס ר’ שלום ליפסקער געבט אן איבער די ספעציעלע סארט שתדלנות איז דאס וואס אנהייב פון די 990’ער יארן האט ניו יארק קאנגרעסמאן דזשעראלד נאדלער אינאיינעם מיט’ן דעמאלטדיגן קאנגרעסמאן טשארלס קאנאדי פון פלארידע, אויף די אנוויזונגען פון אלף אינסטיטוט, געבעטן די פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט אז זיי זאלן מאכן אן אויסנאם אז טשאפלעינס אין טורמעס זאלן יא קענען אננעמען פרייוויליגע ביישטייערונגען פון רעליגיעזע אייטעמס פאר אידישע ארעסטאנטן, וואס עכט לויט די געזעצן און רעגולאציעס פונעם דעפארטמענט, טארן די טשאפלעינס נישט נעמען קיין שום דאנעישאנס פון קיינעם.
אינעם אמעריקאנער סענאט האט אלף אינסטיטוט געקריגן א שטארקע פלאטפארמע צו אויפטרעטן לטובת אידישע ארעסטאנטן ווען פארשטייער פון די ארגאניזאציע זענען גערופן געווארן פאר א ספעציעלע סענאט פארהער אין יאר 999′ ווען מען האט געוואלט באשטעטיגן א געזעץ ספעציפיש געצילט צו אפהיטן די לעגאלע “רעליגיע פרייהייט” פון רעליגיעזע ארעסטאנטן. ווען פרעזידענט קלינטאן האט עווענטועל אונטערגעשריבן דעם געזעץ, האט סענאטאר ארין העטש ארויסגעהויבן פאר קלינטאן דעם פאקט אז אלף אינסטיטוט איז געקומען און אויפגעטרעטן פאר’ן סענאט.
פילע מאל זענען שוין געווען געריכטליכע קעיסעס צווישן טורמע פירערשאפט און אידישע ארעסטאנטן, נאכדעם וואס די טורמע האט זיך אנטזאגט פון סערווירן אדער אריינלאזן כשר’ע עסנווארג, האט אלף אינסטיטוט זיך אריינגעמישט און אריינגעברענגט אדוואקאטן וועלכע ספעציאליזירן זיך אין פארטיידיגן רעליגיע פרייהייט אין אמעריקע, און לויט ווי ר’ שלום געבט איבער האט אלף אינסטיטוט באוויזן צו געווינען ביי 95 פראצענט פון אזעלכע קעיסעס לטובת די ארעסטאנטן.
די דריטע טייל פון די הויפט אלף אינסטיטוט פראיעקטן איז “פריווענשאן”, וואס דאס טייטשט “פארמיידן”, אז אנשטאט מען זאל בלויז ארבעטן אויף העלפן אידן וועלכע זענען שוין ליידער אריינגעפאלן אינעם פעקל און שמאכטן שוין אין טורמע, ארבעטן די טייערע עסקנים פון אלף צו העלפן אראפברענגען דעם ציפער פון וויפיל אידן עס ווערן ארעסטירט, דורכ’ן העלפן דעם ציבור פארשטיין בעסער די אמעריקאנער געזעצן און די יוסטיץ סיסטעם.
אלף אינסטיטוט האט פאר דעם צוועק אויפגענומען א רייע אידישע פראפעסארן וועלכע גייען ארום און געבן איבער סעמינארן אויף די ענגלישע שפראך, און רעדן ארום איבער די וויכטיגקייט פון זיכער מאכן אז בעפאר מען טוט עפעס ווייסט מען אז ס’איז הונדערט פראצענט גלאט און אויסגעהאלטן. אלף געבט אויך ארויס א פובליקאציע אויף די ענגלישע שפראך איבער די נושאים און אזוי אויך פארמאגט זי א ספעציעלע וועבסייט “דזשעי-לא” וואו מען קען ליינען מער איבער פארשידענע זאכן וואס מ’קען זיך גרינג פארפלאנטערן מיט די רעגירונג, ווי רעגירונג הילפס פראגראמען און באנק שווינדלערייען.
א מעסעדזש פון “אלף” פאר כלל ישראל
ביים הערן וויאזוי ר’ שלום האט בארירט דעם ענין פון נעמען אומלעגאלע רעגירונג הילף, האבן מיר געוואלט הערן עפעס מער וואס ער זאגט איבער דעם און וואס זיין מעסעדזש פאר די ליינער און פאר גאנץ כלל ישראל איז, באזונדער נאכדעם וואס די אידישע גאס ברויזט איבער די לעצטערע עטליכע יאר איבער די גאר הארבע אורטיילן וועלכע ווערן ארויסגעגעבן ספעציפיש קעגן אידישע אנגעקלאגטע.
ר’ שלום האט זיך פארטראכט פאר עטליכע מינוט און דערנאך זיך אנגערופן: “ליידער, מ’קען זאגן ליידער, האב איך שוין איבער דרייסיג יאר ערפארונג אין זען די רעזולטאטן וואס אומ’אחריות’דיגע אויפפירונג כלפי דעם געזעץ, דינא דמלכותא דינא, קען ברענגען. איך ווייס פערזענליך אז די קאמיוניטיס און געגנטער וואו די אסטראנאמישע אורטיילן זענען ארויסגעגעבן געווארן, באשטייען באמת פון וואונדערבארע און וואוילע מענטשן. איר זאלט וויסן טייערע אידן אז די ריכטער ווייסן דאס אויך און איך קען אייך זאגן פון פערזענליכע ערפארונג אז זייער אסאך פון די ריכטער זענען צעבראכן און צעשוידערט ביי זיך אליינס ווען זיי דארפן ארויסגעבן הארבע אורטיילן קעגן ראשי משפחות, וועלכע אפעקטירט די פאמיליע און די קאמיוניטי ארום.
“איך בעט פון יעדן איינעם ברחמים, עס ליגט אויף יעדן איינעם אן אחריות זיכער צו מאכן אז די יונגעלייט און יונגע מענטשן אין די קאמיוניטי ווייסן און פארשטייען די קאנסעקווענצן פון פארשידענע אומלעגאלע האנדל און אומלעגאלע שריט, און ווען מ’זאל אביסל מסביר זיין וויפיל ענדלאזע פיין און צער דאס ביסל אומלעגאלע פוד-סטעמפס קען ברענגען, וואלט יעדער אנדערש געקלערט.
“מיר זענען דער עם הנבחר און דעריבער רעפרעזענטירן מיר דעם באשעפער אויף יעדן טריט און מיט יעדע זאך וואס מיר טוען, און מיר האבן אן אחריות צו מאכן א קידוש השם, און חלילה אויב מיר טוען דאס פארקערטע. מיר גייען אנגעטאן אויף א וועג וועלכע הייבט אונז ארויס פון צווישן יעדן איינעם און דאס לייגט אויף אונז א באזונדערע אחריות נישט צו פארשעמען פון וואו מיר שטאמען ארויס.
“עס קומט מיר כמעט נישט אויס צו אדרעסירן די עכט חסידי’שע קאמיוניטי און דערפאר בין איך דאנקבאר אז איך קען דורך די שפאלטענעס פון אייער צייטונג איבערגעבן מיין מעסעדזש. טייערע אידן, לאמיר זיך נישט לאזן פארנארן פון קורץ טערמיניגע הנאות און לאמיר אריינטראכטן וואס איז ריכטיג צו טאן פאר’ן לאנגן צוקונפט פון אונז, אונזערע פאמיליעס און דעם באשעפער’ס כבוד, צו העלפן ברענגען משיח’ן און גיין קיין ירושלים במהרה, אמן.”
די זייטיגע פראגראמען פון “אלף”
אויסער די טורמע פראגראמען פאר די אידישע ארעסטאנטן און זייערע פאמיליעס, האט די אלף אינסטיטוט אויסגעשפרייט אירע פליגלען אין פארשידענע אנדערע זאכן, העלפנדיג פארווארפענע אידן מיט’ן בלייבן שומרי תורה ומצוות און זיכער מאכן אז זייערע רעליגיע רעכטן ווערן נישט פארלעצט.
באזונדער פארשפרייט איז אלף’ס ארבעט מיט’ן העלפן אידישע קינדער וועלכע דינען אין די אמעריקאנער מיליטער. לויט ר’ שלום ליפסקער זענען דא צווישן 5 ביז 8 טויזנט אידן אין די מיליטער און אנצוהאלטן דאס מינדעסטע אידישקייט איז ביטער שווער, אפילו פאר די באזעס וועלכע פארמאגן יא אידישע טשאפלעינס און ראבייס, ווייל עס איז נישטא קיין געהעריגע סטרוקטור צו פארשפרייטן אין די גרויסע מאסן אידישע ספרים און אייטעמס.
דא קומט אריין אלף אינסטיטוט, וועלכע ארבעט שוין זינט יאר 995′ צוצושטעלן פאר יעדן יום טוב די נויטיגע באדערפענישן פאר די אידישע זעלנער, ספעציפיש פאר די וועלכע זענען סטאנציאנירט אין אויסלענדישע באזעס. איבער די יארן האט אלף אנטוויקלט א גאר נאנטע צוזאמארבעט מיט די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט, דעפענס דעפארטמענט און דער פענטאגאן, וועלכע געטרויען און רעספעקטירן די ארבעט פון די אלף וואלונטירן און איינגעשטעלטע.
די צווייטע לעבנסוויכטיגע פראגראם וועלכע ווערט אנגעפירט אונטער די “אלף אינסטיטוט” שירעם ארגאניזאציע איז די “גאלדען עידזש פראדזשעקט”, וועלכע איז ספעציעל אוועקגעשטעלט צו העלפן עלטערע אידן וועלכע וואוינען אין נוירסינג היימען איבער אמעריקע. פילע זקנים דארפן גיין אין נישט-אידישע נוירסינג היימען, צוליב ספעציעלע באהאנדלונגען, און דארטן צו האלטן אידישקייט איז גאר שווער, ווייל דער סקעדזשול פון יעדן פאציענט ווערט שטרענג קאנטראלירט.
אלף אינסטיטוט האט זיך אריינגעלייגט צו אנקניפן נאנטע באציאונגען מיט א רייע נוירסינג היימען אין ניו יארק, פלארידע און קאליפארניע, וואו וואלונטירן און מגידי שיעור פון “אלף” ווערן ספעציעל אריינגעלאזט אין די היימען און דארטן געבן זיי געשמאקע לייכטע שיעורים אין תורה פאר די אלטע אידן, און אום יום טוב קומט מען אריבער צו די אידן און מען שאקלט מיט זיי לולב אדער מ’עסט מיט זיי א כזית מצה.
ציפערן פון אלף אינסטיטוט
נאכ’ן ליינען איבער די היסטאריע און אנטוויקלונג פון אלף אינסטיטוט ביז עס איז אויסגעוואקסן צו די גרעסטע ארגאניזאציע וואס העלפן שיקן כשר’ע עסנווארג און תשמישי קדושה פאר אידן אין טורמעס איבער אמעריקע און מיליטערישע באזעס וואו עס געפונען זיך אידישע זעלנער, וועט זיין אינטערעסאנט איבערצוגעבן פאר די ליינער א ליסטע וואס ר’ שלום ליפסקער האט איבערגעגעבן איבער זייערע שיפמענטס פון אידישע מאטעריאלן בעפאר די עטליכע פארלאפענע ימים טובים.
ראש השנה
622 מחזורים סעטס
91 שופרות
4,392 האניג באטלעך
313 סעטס ד’ מינים
חנוכה
1,271 מנורות און באקסעס לעכט
1,215 באקסעס לעכט
1,808 דריידלעך
838 ביכער ארום חנוכה
2,104 פעקלעך טשאקאלאד
פורים
3,616 משלוח מנות פעקלעך
610 מגילות
פסח
1,528 בהמה פלייש גולאש
1,503 געפילטע קרויטלעך
2,262 טשיקן און פאטעיטאס, געפאקטע מאלצייטן
2,021 טשיקן זופ פארציעס
8,171 פארווע טשאקאלאדן
310 מילכיגע טשאקאלאדן
509 שאכטלעך געפילטע פיש
1,489 געפילטע פיש מאלצייטן
792 גרעיפדזשוס באטלעך
1,336 קליינע גרעיפדזשוס געטראנקען
1,359 גרעיפדזשוס קעיסעס (40 באטלעך פער קעיס)
677 גרעיפדזשוס קעיסעס (8 באטלעך פער קעיס)
1,985 הגדות של פסח
78 פעקלעך מרור (200 פארציעס פער פעקל)
182 באטלעך געמאלענע מרור
26,805 שאכטלעך מאקאראוניס
13,968 איין-פונטיגע מצה באקסעס
1,183 פארטיגע קערות
712 שמירה מצה (איין פונט פער באקס)
5,456 סמאוקד סעלמאן פעקלעך
4,347 אינסטענט זופ פעקלעך
שבועות
643 קעז קוכן
אלף אינסטיטוט און דרור
אין א שמועס מיט די עסקנים פון אל”ף אינסטיטוט, איז עטליכע מאל אויסגעקומען צו הערן ווי זיי ווארפן אריין ווערטער איבער די “דרור” ארגאניזאציע. מיר האבן דעריבער זיך פארבינדן מיט איינער פון די פירנדע רבני’שע פיגורן אינערהאלב די ארגאניזאציע דרור צו הערן מער איבער די צוזאמארבעט צווישן די צוויי ארגאניזאציעס, און עס שטעלט זיך ארויס אז די צוויי זענען ווי נאנטע געשוויסטער און ארבעטן אינאיינעם אויף פילע פראיעקטן.
ר’ יעקב ווייס, וועלכער איז אן איידעם פון ר’ שלום מרדכי רובאשקין און פון די פירער פון “אלף”, איז אינסטרומענטאל אין די צוזאמארבעט צווישן די צוויי ארגאניזאציעס, און ביים קעיס פון ר’ שלום מרדכי זענען די צוויי געשטאנען אינאיינעם און געארבעט מיט אדוואקאטן, און מען האט ביז’ן היינטיגן טאג נישט אויפגעגעבן, ווי באריכטעט מיט עטליכע וואכן צוריק אז מ’האט געעפנט א נייעם פראנט אינעם קעיס.
די דרור ארגאניזאציע האלט אפ פארשידענע צוזאמענקונפטן פאר די פאמיליעס פון אידישע ארעסטאנטן, און ווי דער אויבנדערמאנטער רב געבט איבער, באטייליגן זיך אפט ביי די סארט שבתים פארשטייער פון אלף, מיטצוהאלטן אזא ווארימע און רירנדע ערפארונג.
באזונדער האט דער קאמישאנער פון די “דעפארטמענט אוו קארעקשאנס” אין ניו יארק סטעיט שוין אויסגעלויבט די צוויי ארגאניזאציעס זעענדיג ווי ברודערליך זיי ארבעטן אינאיינעם, האבנדיג בלויז איין ציהל פאר די אויגן.
*
אויסער די דרור ארגאניזאציע, איז אונז אויסגעקומען צו הערן פון עטליכע עסקנים וועלכע פארן כסדר צו די טורמעס צו ברענגען כשר’ע עסנווארג און אידישע ספרים פאר אידישע ארעסטאנטן, ווי שטארק עס זעהט זיך אן די ארבעט פון אלף אינסטיטוט אויף יעדן אינטש פון די טורמעס, מיט די פרייהייט וואס די אידישע עסקנים האבן זיך ארומצודרייען און ברענגען די מאטעריאליסטישע הילף און גייסטישע חיזוק פאר די ארעסטאנטן, און דאס איז אלעס אדאנק די יארן-לאנגע כוחות, מיט דיפלאמאטיע און הימלישע סטיל שתדלנות וואס “אלף” האט אריינגעלייגט.