יעדער וועבזייטל אייגנטומער איז פארנומען קוקן און באטראכטן די סטאטיסטיקס פון באזוכער אויפן סייט. דאס איז איינס פון די וויכטיגסטע פרטים, אזוי קען מען זען וואספארא סארט עדווערטייזמענטס מען קען אננעמען, און ביי וועלכע סארט מענטשן עס ציען די מערסטע אינטערעסע.
געוויס איז דאס אויך אויף די נייע אידישער ווינקל וועבזייטל, ווי מיר באטראכטן און אנאליזירן פון וואו עס שטאמען די טרעפיק, און ווי עס שטעלט זיך ארויס, איז א גרויסע פראצענט ליינער, פון ברוקלין.
שטייענדיג נישט ווייט פון אפצייכענען דעם צווייטן מאנאט זינט מיר האבן געעפנט דעם וועבזייטל, און צוליב וואס אונזער ליינער קרייז איז באזירט אין ברוקלין, לאמיר ווידמען אונזער קאלום “צען פאקטן איבער” און כאפן א בליק איבער איינס פון די גאר לעגענדארע ברוקלינער סקולפטורן, א מאסיווער פראיעקט מיט אסאך לעגענדעס, נעמליך דער “ברוקלין ברידזש.”
עס איז באקאנט אז מאנהעטן און ברוקלין זענען געווען אפגעטיילט פאר מען האט געבויעט דעם בריק, די איינציגסטע וועג אנצוקומען פון מאנהעטן צו ברוקלין, אדער פון ברוקלין צו מאנהעטן, איז געווען דורך א “שיף”, וואס האט ווי פארשטייט זיך פארשווערט פאר די באפעלקערונג צו גיין איינקויפן, אדער מאכן געשעפטן. אין די יארן פון די 1860 זעכציגער יארן, האבן זיך די מעיארן פון מאנהעטן און ברוקלין, באשלאסן אז פאר די טובה פון ביידע שטעט וועט עס זיין א געוואלדיגער טובה צו בויען א בריק, וואס וועט אסאך פארגרינגערן דעם האנדעל’ס מארק…
און אצינד די 10 פאקטן.
1) די ברוקלין ברידזש האט גענומען גאנצע 14 יאר צו בויען, אנגעהויבן האט זיך עס אין 1869 און גענדיגט אין 1883.
2) דער ארכיטעקטור וואס האט דעזיינט דעם בריק, איז געווען אן אימיגראנט פון דייטשלאנד, ער האט אנגעהויבן צו בויען דעם בריק, אבער ער איז געשטארבן ווען עס איז נאך געווען אונטער קאנסטרוקציע, און זיין זון האט עס צוגעענדיגט.
3) די דעזיין פונעם בריק האט גענומען גאנצע 3 מאנאטן פון צו אויספלאנירן.
4) די בריק איז אנגעהאנגען אין 2 טורעמעס, איין טורעם וועגט אזויפיל ווי 90,000 טאן.
5) אין די 14 יאר וואס האט גענומען צו בויען דעם בריק זענען 600 ארבייטער געווען פארמישט אין די מלאכה, ארבעטנדיג בייטאג און ביינאכט ארום דעם זייגער.
6) די בריק האט געדארפט צו קאסטן ארום 15 מיליאן דאלאר, און עס וואלט אויך נישט געדארפט נעמען קיין גאנצע 14 יאר צו בויען. אבער וויבאלד די ארבעט האט זיך פארצויגן במשך די יארן, האט די קאסטן אויך זיך אויך אריינגעצויגן אין פיל גרעסערע סכומים, פון 3.5 ביליאן דאלאר שוין היינט צוטאגס.
7) אין אנפאנג איז געווען אין פלאן צו רופן דעם בריק “ניו יארק און ברוקלין ברידזש”, און נאכדעם איז געווען אין פלאן עס צו רופן “איסט ריווער ברידזש”, ביז עס האט עווענטועל באקומען דעם נאמען “ברוקלין ברידזש”.
8) עס פארן אריבער אויפ’ן בריק ארום 4,000 אויטא’ס און 2,600 ביציקלעך טעגליך.
9) ביי דעם צערעמאניע פון די עפענונג פון דעם בריק, האט מען ארויפגעשאסן אזויפיל פייער קרעקערס אז די איינוואוינער פון ניו דזשערסי האבן געהאט די מעגליכקייט עס צו זען.
10) אין די בראשית יארן איז אויפגעדעקט געווארן א באמבע שעלטער, וואס האט ענהאלטן 3,25 פעקלעך פון עסנוואַרג און געטראנקען, און עס איז דערויף אויך געשטאנען א מעסעדזש “אז עס איז צוגעגרייט אין פאל דער ברידזש ווערט באטראפן פון אן אטאקע”.