ניו יארק – ביליגע עלעקטראנישע ביציקלעך זענען זייער א געשמאקע זאך, און דאס האט געמאכט פיל גרינגער פאר פילע ניו יארקער רעסטוראנטן און געשעפטן ארומצושיקן זייערע דעליוועריס, אבער ניו יארק סיטי אויטאריטעטן ווארענען אז ווי נאר דער נייער יאר 18′ וועט זיך אנהייבן, וועלן זיי אנהייבן א מאסיוון קאמפיין אויסצוראטן די ביציקלעך.
טראץ וואס ס’העלפט טאקע ארויס פילע ביזנעסער און די מענטשן וועלכע פארן דערמיט, צו קענען אנקומען שנעל און גרינג פון איין פלאץ צום צווייטן, זאגן אבער רוב ניו יארקער מאטאריסטן און פיסגייער אז די עלעקטראנישע ביציקלעך זענען אן ערנסטער שטער און אן ערנסטער געפאר, און דעריבער האט מעיאר דעבלאזיא שוין עטליכע מאנאטן צוריק אונטערגעשריבן א געזעץ, וואס גייט אריין אין אפעקט יאנואר 1, אז דרייוון אן עלעקטראנישע ביציקל אויף א ניו יארק סיטי גאס, וועט קאסטן 100 דאלאר שטראף.