ניו יארק. – 8 צפון-מזרח סטעיטס אין אמעריקע, אריינגערעכענט ניו יארק, האבן אנגעקלאגט די פעדעראלע ענווייראמענטאל פראטעקשאן אגענטור פאר’ן נישט ארויפלייגן שטארקע פאלושען צוימונגען אויף א רייע מידוועסט סטעיטס, וואס נוצן א סאך קוילן געטריבענע פאוער-פלענטס, און די פאלושען פון די סטעיטס קומט דורך די ווינטן אן צו די צפון-מזרח סטעיטס.
די קלאגע איז אריינגעגעבן געווארן דורך די אטוירני דזשענעראלס פון קאנעטיקוט, דעלעוועיר, מערילענד, מאסעטשוסעטס, ניו יארק, פענסילוועניע, ראוד איילענד, און ווערמאנט. זיי האבן שוין אין 13′ פארלאנגט אז אילינאי, אינדיאנא, קענטאקי, מישיגען, נארט קאראלאינע, אהייא, טענעסי, ווירדזשינע, און וועסט ווירדזשיניע, זאלן אריינגעשטעלט ווערן אין דער ספעציעלער דעזיגנאציע אז זיי זענען אזאון עקספארטירער, און דאס וואלט געלייגט אויף זיי שטארקער און שטרענגערע ענווייראמענטאלע צוימונגען.
די פעדעראלע רעגירונג שלעפט שוין זינט 13′ מיט דעם געשעפט, איצטערט האט דער ענווייראמענטאל פראטעקשאן אגענטור פירער באשלאסן נישט אריינצושטעלן די סטעיטס אונטער די שטרענגערע געזעצן, טענה’ן יעצט די צפון-מזרח סטעיטס, פארוואס דארפן מיר ליידן פונעם רויך פון זייערע פאלושענס?
קרעדיט: דער איד