טעקסאס – פרישע קריטיק האט מען נעכטן געהערט קעגן דער פעדעראלער “פימא” אגענטור, נאכדעם וואס א באריכט האט אויפגעדעקט אז די אגענטור פארקויפט האוזינג טרעילארס אויפ’ן פובליק מארקעט פאר שפאט ביליג, טראץ וואס מען דארף עס קריטיש וויכטיג האבן אין האריקעין-באטראפענע געגנטער.
דער באריכט צייגט אז פימא שפענדט ארום 150 טויזנט דאלער פער האוזינג טרעילאר וואס זי קויפט, און נאך 18 מאנאטן וואס דער טרעילאר ווערט באנוצט, טוט עס פימא ארויסשטעלן אויפ’ן מארקעט און פארקויפט עס ממש פאר פעניס אויפ’ן דאלאר, און די פארקויפונגען פון האלב-גענוצטע און גאנץ-גוטע טרעילארס גייען יעצט ווייטער אן, טראץ וואס אין טעקסאס און אין פארטא ריקא זענען פארהאן הונדערטער האריקעין-היימלאזע וועלכע ווארטן צו באקומען פון פימא אזא טרעילאר, וואו צו קענען וואוינען.
קרעדיט: דער איד