מאנהעטן – ניו יארק סיטי פאליציי אויטאריטעטן זאגן אז זיי האבן אונטערגענומען מאסיווע זיכערהייט מאסנאמען אין ליכט פון די ניי-יאר פייערונגען היינט ביינאכט, צו פארזיכערן אז טעראריסטן מיט בייזוויליגע פלענער קענען נישט דורכפירן קיין זעלבסטמארד אטאקעס, ווי מ’האט געזען אין דער פארט אויטאריטי סטאנציע עטליכע וואכן צוריק, און טראק אטאקעס, וואו מ’האט געזען מיט א האלבן יאר צוריק ביים וועסט-סייד הייוועי.
צווישן די זיכערהייט מאסנאמען, וועט זיין די פארשידענע טשעקפוינטס אין גאנץ מאנהעטן, וואו מענטשן וועלן זיך נישט טארן דרייען מיט גרעסערע רענצלעך און בעק-פּעקס.
אויך וועלן זיין ספעציעלע שמעק הינט, באוואפנטע פאליציי אפיצירן, און צעמענט-באריקאדעס אויף פארשידענע וויכטיגע פונקטן לענגאויס דער סיטי.