סיאטעל – מען הערט פון קוועלער אינערהאלב די אינטערנעט סעילס ריז ״עמעזאן״, אז זיי הייבן אן זיך ערנסט צו זארגן איבער פרעזידענט טראמפ׳ס נאכאנאנדע קאמענטארן איבער עמעזאן.
זייער זארג איז באנייעט געווארן, נאכדעם וואס מיט עטליכע טעג צוריק האט פרעזידענט טראמפ קאמענטירט אז ער פארשטייט נישט פארוואס די פאסט אפיס גיט אזעלכע ביליגע דעליווערי פרייזן פאר עמעזאן, אין דער צייט וואס די פאסט אפיס דערלייגט שווערע ביליאנען דאלארן יעדעס איינציגע יאר.
די זארג ביי עמעזאן איז אז טראמפ וועט באאיינפלוסן א טויש אינעם פאסט אפיס, וואס וועט זיי ערנסט אפעקטירן.