וואשינגטאן – די רעפובליקאנער און די טראמפ אדמיניסטראציע גרייטן זיך העפטיג אויף יאר 18′, ווען עס וועלן פארקומען די קריטישע מידטוירם וואלן, וואו גאנץ קאנגרעס וועט לויפן פאר ווידערוויילונג, און פילע סענאטארן וועלן אויך לויפן פאר ווידערוויילונג, און די רעפובליקאנער ווילן זיכער מאכן אז זיי בלייבן אין קאנטראל פון ביידע לעגיסלאטיווע הייזער.
דאס איז קריטיש וויכטיג פאר פרעזידענט טראמפ, וויבאלד אויב די דעמאקראטן פארכאפן קאנטראל פון סענאט אדער קאנגרעס, קענען זיי בלאקירן זיין גאנצע אגענדע, און מען הערט טאקע אז די אדמיניסטראציע גרייט זיך העפטיג, און וויצע פרעזידענט מייק פענס וועט שפילן א הויפט ראלע אין פארזיכערן אז די רעפובליקאנער האלטן אן קאנטראל.
ווייסער הויז שטאב הויפט דזשאן קעלי באטראכט אויך א שטאב אויפשאקלונג, זיך צו קענען בעסער קאנצענטרירן אויף די מידטוירם וואלן.
קרעדיט: דער איד