א פליגער האט געקראכט אין טעקסאס, אומברענגענדיג אלע 14 מענטשן וואס זענען געזעסן אינעווייניג.
די פליגער – א ביטשקרעפט BE-350 פליגער פון קינג עיר – האט זיך געהויבן פון די עדיסאן לופטפעלד און האט קורצליך דערנאך געקראכט אין א הענגער, ארויפגייענדיג אין פלאמען.
ווי א ווארטזאגער פון די לאקאלע פייערלעשער שילדערט, האט דער פליגער אראפגעקראכט מיט א שנעלקייט, און באלד דערנאך האט זיך אנגעצינדן די פייער.
פילע עמערדזשענסי אגענטורן זענען געקומען זען אויב ס’איז נאך דא וואס צו ראטעווען, אבער מ’האט נישט געקענט מער ווי טרויערן אויף די פאקט אז קיינער האט עס נישט איבערגעלעבט.
די אויטאריטעטן האבן דערווייל נאכנישט אידענטיפיצירט פארן פובליק די נעמען פון אלע אומגעקומענע, זאגנדיג אז מען דארף ערשט לאזן וויסן פאר די פאמיליע מיטגלידער איבער די שרעקליכע אומגליק.
לויט אומבאשטעטיגטע באריכטן האט די פליגער געליטן פון פראבלעמען אין די מאטאר, אבער דערווייל ווערט נאך די אינצידענט אויסגעפארשט.