לאקאל און נאציאנאל

פרעזידענט טראמפ איז נישט מוותר אויף א מיליטערישע פאראדע ביים זעלבסטשענדיגקייט טאג

דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ איז נישט גרייט צו מוותר זיין אויף א מיליטערישע פאראדע מיט טאנקן דורכאויס די קומענדיגע יולי דער פערטער, די טאג וואס אמעריקאנער פייערן די טאג פון זעלבסטשענדיגקייט, טראץ וואס די פענטעגאן באאמטע זענען שטארק דערקעגן.

ווי טראמפ זאגט וועלן די אמעריקאנע טאנקען אנטיילנעמען אין די גרויסע פייערונג, און באריכטן באשטעטיגן אז צוויי עברעימס A1M1 טאנקען וועלן טאקע אנוועזנד זיין אין די “סאלוט צו אמעריקע מארש” – ווי טראמפ רופט עס.

זינט טראמפ האט געזען א מיליטערישע פאראדע אין פאריז אין 2017 האט ער נישט אויפגעהערט צו רעדן פון אזא מארש, אבער צוליב די שווערע פינאנציעלע אויסגאבן וואס אזא זאך קאסט האט מען דאס ביז היינט נישט פארווירקליכט.

אבער ווי עס שיינט איז טראמפ נישט גרייט געווען אויפצוגעבן, און טראמפ האט אויסגעפירט אצינד מיט צוויי טאנקען, וועלכע וועגן מער פון 60 טאן און זענען אין באניצט דורך אמעריקאנע מיליטערישע קרעפטן. די טאנקען וועלן נישט פארן ווי טראמפ האט געהאט חשק, אבער זיי וועלן זיין אויף אן אויסשטעלונג.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.