אריינפיר: “…עס מוז געשריבן ווערן דערוועגן, און זאל דאס אויפטון כאטש עפעס” האט אונז דער עסקן וואס האט אונז באקאנט געמאכט מיט דעם פראבלעם, געזאגט אין א רירנדער שמועס ››› עס איז געווארן לעצטנס שטארק איינגעפירט, און מענטשן פארגעסן אז דאס איז א פראבלעם וואס טוט אויפעסן און שטארק וויי טון פאר צענדליגע יחידים און פאמיליעס ››› וועלקאם צו די געזעלשאפטליכע מידיא רציחה ווידעאס און בילדער, ווי מענטשן וועלן נעמען שוואכקייטן און דורכפעלער וואס קען זיך מאכן ביי יעדן, און דאס פארשפרייטן און אפשפאסן צו די אומצושטימונג, פיין און ווייטאג, פון די אומבאהאלפענע קרבנות, וואס קענען גארנישט טון קעגן די מאכטפולע געוועב. לאמיר אינאיינעם שטיין דערקעגן, און דאס האפנטליך עלימינירן ››› א “אידישער ווינקל” פראיעקט.
א געשיכטע פאר אייערע אויגן
גוט מארגן, איר זענט אויפגעשטאנען צו א שיינע פרימארגן, א מחיה די קאווע, און ווי זיס זענען די טשיפטשערייען פון די קאלירפולע פייגלעך, איר שפאצירט אויפן וועג צו שחרית, און באמערקט ווי אן עלטערער איד, א זיידע פון אייניקלעך מיט א הדרת פנים, שלעפט זיין תפלין בייטל און אנדערע זעקלעך פאר זיין ווייב וואס ווארט פאר פרישטאג.
מיטאמאל פארפעלט איר א הארץ קלאפ, דער איד טרעט בטעות ארויף אויף א גליטשיגער שטיינדל, און טראסקעט אראפ אויף דער ערד, אלע זיינע זאכן צעפליען זיך אין אנדערע ריכטונגען, און ער לאזט ארויס א ווייטאגליכער קרעכץ, איר לויפט שנעל צו, איר לייגט אלעס אין דער זייט, און אינאיינעם מיט נאך פארבייגייער וואס לויפן זיך צוזאם אין א טומל, העלפט מען דעם איד אויפשטיין, מען מאכט זיכער אז ער איז מסודר, מען העלפט אים צוזאמקלייבן זיינע זאכן און זיך אפרייניגן, ער באדאנקט זיך טיף און צייגט אז ער איז אין בעסטן ארדענונג, מען באגלייט אים אביסל, און מען זעט אז ער שפאצירט ווייטער, ביז מען שפירט אז ער איז שוין צוריק ביי די כוחות, און ער קען אליינס גיין אין זיין וועג.
די געשיכטע איז א זאך וואס פאסירט טעגליך, דורכפעלער און עקסידענטס זענען א חלק פון דער לעבן. די פראבלעם ווערט ווען די געשיכטע באקומט צו א פרישער קאפיטל וואו פאלגענד.
ווידעא און בילדער פון אומבאקוועמע מאמענטן
שטייט דארט “שנירל” א אינגערמאן אן געפילן, ער האט אויך באמערקט אז דער עלטערער מאן איז נארוואס געפאלן צו דער ערד און זיך שטארק וויי געטון. פאר שנירל אבער איז די געשיכטע גאנץ קאמיש, ער שטייט מיט א פארפרוירן רויטן נעזל און קוילערט זיך פאר געלעכטער, ער שלעפט שנעל ארויס זיין טעלעפאן און באווייזט צו אפכאפן ווי דער איד ליגט אויף דער ערד מיט אלע זאכן אויסגעגאסן ארום, ווי ער זאל האבן געפונען א דיאמאנט שטיין, כאפט ער שנעל דעם ווידעא, און שיקט דאס ארויס פאר זיינע אלע פריינט, וועלכע ווארפן ארויס פרייליכע זיבעלע אויסדרוקן. אזוי פאני, חחח, ממש א מזל, “דער באשעפער האט מיר פונקט צוגעשיקט איך זאל דארט זיין און דאס נישט פארפאסן,” לייגט ער צו מיט א גרויסהאלטערישער געוויסן, אז יעדער זאל וויסן, אז אויף זיין רוקן ווערט צוגעשריבן די גאנצע קרעדיט פון דעם געלונגענעם שטיקל.
נעמט נישט קיין צען מינוט, די ווידעא ווערט פארוואנדלט ווי א הייס שטיקל געבראטנס, עס פליעט מיט פליגלען העכער וואסערן און קאנטינענטן, פון לאנד צו לאנד, טייל שמייכלען, טייל מיט עפעס מענטשליכקייט פארדאמען דאס, און ביי איין פאמיליע פארמאכט מען די פענסטערס ווינדאו שעידס.
דער עלטערער מאן, זיינע קינדער און אייניקלעך, קענען בלויז בלוטיגן אז דער קרוין פון זייער פאמיליע איז צעשמירט געווארן ווי קהל’ס נער, צוליב א זאך וואס האט זיך געמאכט, און איז נישט אין קיין שום וועג א זינד אדער פראבלעם.
די ווידעא געפונט זיך ביי מיליאנען מענטשן, עס בלייבט עוועילעבל אויף ביז די צייטן ווען משיח וועט קומען, און די צער וואס דאס ברענגט צו מענטשן איז פשוט אומאפשאצבאר. אלעס האט זיך אנגעהויבן צוליב די לייכטזיניגקייט פון איין מענטש מיט א רייץ פון ברענגען א גוטן וויץ, שפעטער וועפט דאס אויס, די הנאה ווערט פארשוואונדן, אבער די בישות בלייבן.
צייטן פון געזעלשאפטליכע מידיא
מיר לעבן אין א צייט פון געזעלשאפטליכע מידיא, יעדער איז אנגעהאנגען אין דעם נישט רעאליסטישן אבער עקזיסטירנדן שוועבעניש, עס נעמט רגעים צו באגראבן א מענטש לעבעדיגערהייט. און מען דארף נישט זיין קיין גוטער שרייבער, מיט א געלונגענער כח הדמיון, אויסצומאלן ווי ווייט און טיף די קאנסעקווענצן פון טון אזא אקט קענען גיין.
שטעלט אייך פאר, איין שיינעם טאג, איר שטייט אויף, און זעט אז אויף די גאסן זענען פארשפרייט שפאס בילדער פון א מענטש וועמען איר גלייכט. א ליידיגגייער האט באוויזן אויסצוציען דאס נעזל און אויגן וואנצעס פון איינעם וועמען איר שעצט, און נישט ווייל יענער האט געטון עפעס שלעכט, און מען זאל אים ווילן וויי טון מיט פאשקעווילן, נאר פשוט פאר די ריינע ציל פון אינטערהאלטונג, אייער באליבטער האט פונקט געהאט א לאך אין די הויזן, אדער עפעס אנדערש וואס האט געצויגן די אינטערעסע פון א דורכגייער אן געפילן, און יענער האט דאס פארשפרייט, צו מאכן אביסל גערודער, און באקומען א קלאפ אין די פלייצע פון געפילאזע מענטשן, זיינס גלייכן.
איר וואלט דאס געשלינגען? איר וואלט דאס אויסגעהאלטן? איר וואלט דאס געקענט אויסהאלטן? ניין! מענטשן זיצן מיט פריינט אויף גרופעס, און מען קען מיט פארשידענע וועגן צייגן פאר פריינט און נאכפאלגער אינטערסאנטע נייעס באריכטן, יעדער גלייכט דאך צו זיין א שטיקל שופר, דער עולם זאל וויסן אז ביי אים איז דא פרישע סחורה.
וואס טוען אבער די טאלאנט מאנגלענדיגע פארשוינען וואס זענען טרוקן פון אינעווייניג און פון אינדרויסן, זיי פארקויפן גארנישט, און קענען נישט אויפקומען מיט סחורה?
די חברה וועלן געווענליך באקומען זייער אויפמערקזאמקייט דורך ווערן פארוואנדלט אין בלוטצאפערס, זיי וועלן נעמען מאמענטן וואס זענען געווארן אראפגעכאפט מיט די פולסטע אומצושטימונג פון די פאמיליע און די וואס ערשיינען נעבעך האבן ניטאמאל געוואוסט אז זיי ווערן אפגעכאפט און וועלן ווערן ברייט פארשפרייט. ביי זיי איז א מענטש’נס שטאמלען אדער רעדן מאדנע, א מאדנע געזיכט אדער דורכפאל, א פרייליכע צייט, ווען זיי וועלן קענען ברענגען יענעמ’ס צרות צום טיש, און ארויפגיין מיט די סטאקס.
ווילסט העלפן? רוף הצלה!
נישט ממש איז דאס וואס שטערט מיר און מאכט דרוקן די שורות, אבער שרייבנדיג איבער די נושא מוז מען אויך דערמאנען די סוגיא וואס איז שוין געווארן אויסגעשמועסט אין איינער פון די היימישע מאגאזינען, נעמליך די פראבלעם אז מענטשן וועלן זיך אומוויסנדיג מאכן פון צרות, אדער זאכן וואס גייען פאר ארום זיי, און אנשטאט טון צו די זאך, וועלן זיי זיין פארנומען כאפן גוטע ווידעא.
עס קען זיך עמיצער וואלגערן פאר יסורים, עס קען רינען בלוט, און ער וועט שרייען פון ווייען. עס וועלן זיין מענטשן וואס וועלן ארויסשלעפן דעם טעלעפאון צו כאפן בילדער און ווידעא, און איגנארירן די פאקט אז א מענטש האלט ביים אויסגיין. אנטשטאט ארויסהעלפן די מצב, וועט מען מאכן זיכער אז מען האט א גוטן ווינקל, יעדער וועט זיין אין כאאס, אבער ער וועט מיר א רואיגקייט ווישן די לענז פון זיין קעמערא עס זאל אויסקומען שיין, און ער זאל האבן גוטע בילדער. האלוי, ביסט ביים דעת? עמיצער גייט אויס! וויאזוי קען זיין אזא זאך? וואלט עמיצער געוואלט עס זאל זיין בילדער און ווידעא פון א שווערע צייט וואס ער גייט דורך?
א פאמיליע מיטגליד רעדט צו אידישער ווינקל
מיר האבן זיך פארבינדן מיט א פאמיליע מיטגליד פון איינער פון די מענטשן וועלכע ווערן כסדר פארשעמט, און ליידן בזיונות אן א צאל. צו הערן פון זיין פערספעקטיוו איבער וויאזוי די פאמיליע שלינגט און טרונקט בזיונות צוליב די קאלטקייט ביי געוויסע וואס האבן די דראנג פון לייגן די האנט אויף א גוטער ווידעא. ער רעדט מיט ווייטאג.
“אונזער פאמיליע מיטגליד איז ליידער געפאלן א קרבן צו א געמיינער אינג וואס האט זיך געגעבן א היתר אויף מבייש זיין איינעם ברבים, מיר אין די פאמיליע קענען דאס ממש נישט מוחל זיין, עס איז נישט מעגליך צו אראפגעבן די צער וואס דאס האט אונז געברענגט.
דער מיטגליד אונזערער איז א צובראכענער מענטש, מיטגעמאכט אסאך דורכאויס זיינע יארן, און איז געווארן אפגעכאפט אויף א ווידעא. זינט דאן, טרעט דאס אים צו ביזן הארץ, ער האט געדארפט דורכגיין א הארץ אפעראציע, און ער האט אונז געזאגט אז דאס איז וואס האט אים קראנק געמאכט.
מיר האבן זיך שוין פרובירט צוזאמזעצן אפאר מאל, און מטכס עצה זיין, וואס מיר קענען טון דאס צו אפשטעלן, און אנערקענט אז מיר זענען גארנישט אין קריג קעגן די מאכט פון די געוועב, און מיר וועלן נאר קענען האפן אז מענטשן זאלן אליינס אנערקענען וואספארא פארברעכן זיי פירן דורך מיטן שיקן ווייטער א ווידעא וואס פארשעמט איינעם, און געוויס לאזן דער אויבערשטער פירן זיין וועלטל. ער איז דער וואס געבט שווערע צייטן, און האט זיך זיינע חשבונות.
אויב קען איך האבן סיי וועלכע השפעה, וואלט איך געבעטן ביי אייך, אלס א חלק פון א משפחה וואס איז א קרבן צו דעם פראבלעם. ביטע הערט דאס אויף! עס איז פארגאסן אידיש בלוט, און דאס קאסט א פרייז.
קומענדיגער מאל דו זעסט ביי דיין חבר א ווידעא פון א צווייטן, וואס עס איז פשוט אז די פאמיליע וועט נישט שטאלצירן דערמיט, בעט אים שיין אז ער זאל דאס אראפנעמען און נישט טון, זייט אים מסביר אז פארשעמען א צווייטן איז אן עבירה אפילו יענער זעט נישט, אפילו יענער איז נישט אויף די גרופע וואו די האסט דאס ארויפגעלייגט. אינאיינעם קענען מיר מאכן א שענערע וועלט.
מער פון די פראבלעם פון די ווידעאס איז די פראבלעם אז מענטשן ווילן און שטרעבן צו זיין ‘פערפעקט’ און אויב די איז דא א ווידעא ווי א זיידע ליגט אויף דער ערד איז שוין די גאנצע משפחה פארפאלן. צי שיקן די ווידעאס איז גוט אדער נישט, איז בכלל נישט קיין שאלה, אבער די אמת’ע פראבלעם איז נישט דאס, די פראבלעם איז אז מיר קענען נישט מודה זיין אז מיר זענען נישט קיין מלאכים, מיר זענען נישט פערפעקט, מיר גליטשן זיך אויס, מיר פאלן אראפ, מיר האבן שווערע מינוטן ווען מיר רעדן און טוען זאכן וואס מיר וואלטן נישט געוואלט רעדן אדער טוהן, און אזוי ווייטער,מיר שעמען זיך מיט ווער מיר זענען, מיר קענען נישט וויינען און נישט לאכן, מיר זענען ‘פערפעקט’. לאמיר אלע צוזאמען ארויסקומען פון די קלאזעט און זאגן אז מיר זענען אייביג געווען מענטשן און מענטשן זענען נישט פערפעקט.
גרינג צו רעדן ווען מען גייט דאס נישט דורך, עס איז גרינג אראפצושלינגען די בזיונות פון זיך אויסגליטשן, און אנגיין ווייטער, געוויס ווייל יעדער קען דורכגיין א דורכפאל, אבער דאס אז מען זאל כסדר ארויסשלעפן פארגעסענע ווידעאס פון די ארכיוון און נישט צורוה לאזן א מענטש צוליב אן עקסידענט וואס ער אליין וואלט שוין לאנג געוואלט פארגעסן, און אוודאי נישט געוואלט אז דאס זאל פאסירן, דאס לייגן אויפן פובליק פלאטפארמע פאר אביסל הונגער פאר אויפמערקזאמקייט, אדער ווייל מען איז נישט גענוג שעפעריש, און מען מוז נוצן יענעמס שוואכע מאמענטן וואס זענען קאמיש צוליב ווייל ער שטאמלט, האט א מאדנע נאז, אדער סתם אזוי אראפגעטראסקעט אויף דער ערד בפני כל עם ועדה, און אזוי ארום ווערן א יש, ווייל דער עולם וועט צוריק שיסן מיט פינגערלעך אויף ארויף און זיך קוילערן ווי די זיבעלע פאמיליע, דאס איז וואס די טעמע איז.
עס טוט וויי פאר פאמיליעס, און עס איז א שפיל מיט פייער.
אביסל גערעכט און אביסל נישט.
גערעכט אז געוויסע מענטשן׳ס לעבן איז בלויז פאר די גאס, די משפחה, זיך, די קינדער וכו׳ אלע זאלן קלאַפן אויפן העכסטן פארנעם און אויסקוקן גוט און פיין בעל בתי׳ש און דאס גלייכן ווי מען זאגט ״פּערפעקט״.
פון די אנדערע זייט אבער אז עס זאל ארומפאָרן א קליפ צו א פאָני פיק פון איינעם, יעדער לאכט און שמייכעלט מען שיקט עס ווייטער און פארן וויקטעם און זיין געזעהלשאַפט טוט עס וויי, עס בלייבט אויף אייביג.. יעדע פאָר חדשים/יאר פאָרט עס נאכאמאל ארום און ער קען זיך פארשטעקן דעם פנים קיינערגץ
די פראבלעם אז מענטשן ווילן זיין פערפעקט איז ווייל מען האט מורא פון ביזיונות פון די רוצחים בליט צאפפערס וואס דרייען זיך במחנינו גרייט יעדע רגע מיטן טעלעפאון אז אויב איינער גייט זאגען א פאני זאך אדער זיך אויסגליטשען וכו, זאל מען קעמען זיין די ערשטער עס אפצוכאפן און עס קענען ארויס שיקען די ערשטער,,, קליינע פיצלעך נעבעך,,, ווי האט יענער געזאגט ווען רובאשקין קומט ווען ארויס 10 יאהר צירוק וואלט ער געהאט זייער אסאך מענטשן וואס וואלטן געקומען קוקען און זיך מיטפרייען ווען ער קומט ווען ארויס 5 יאהר צירוק וואלט ער געהאט א פיצי עולם וויל יעדער וואלט געזאגט כוועל שוין זעען סוועט זעכער ארום פארן, היינט צוטאגס איז שוין אנדערש רובאשקין האט געהאט א ריזיג עולם ווייל יעדער האט געוואלט זיין דער וואס האט געכאפט די קליפ וואס פארט ארום… זאו יעדער איז געקומען כאפן פיקטשערס
איך האלט אויך אזוי
שנירל איז צו אן איידעלער צונאמען פאר יענעם פארשוין. רוף אים “מאנסטער”.
איך בין נישט קיין שרייבער אבער איך פריי מיר זייער אז איינער האט גענומען די פען אין די האנט אין ארויסגעברענגט די נושא וואס איז זייער ווייטאגליך עס איז נאך געווארן א נייע משוגעת לעצטנס פון נעמען אלע אזעלעכע קליפס אין פיקטשורס און צאמשטעלן פאר איין ווידיאו און אזוי מאכן חזרה מינימום איין מאל א וואך וואס די רישעות אין רציחה פון דעם איז נישט צו באשרייבן די וואס טוען דאס זאלן וויסן בין אדם לחברו איז אפילו יום כיפור נישט מכפר טראכט גוט אריין פאר איר טוט נאכאמאל אזא זאך מען דארף זיין א מענטש אן געפילען דאס צו טון נאכדערצו אין איינע פון די באקאנטע ווידיאו וואס דרייט זיך שוין ארום אזוי פאר א לענגערע צייט אויף סאשעל מידיע הערט מען אליין ווי יענער זאגט אז עס באדערט אים זייער שטארק מיט דעם אלעם געט מען נישט אויף און מ’שיקט עס איבער נאכאמאל אין נאכאמאל יענער האט קינדער אין אייניקלעך דעס איז א מין בלוט פארגוסעריי וואס איז אין לשער איך האף אז מיטן אויפמערקזעם מאכן דעם ציבור וועט עס האבן די ריכטיגע השפעה אין עס וועט זיך אויפהערן צו גיסן אידיש בלוט ווי וואסער און מיט דעם וועט מען ברענגען די גאולה שלימה במהרה אמן
איר זאלט מיר מוחל זיין, אבער עס האט גארנישט צוטוהן מיט ווילן זיין פערפעקט. מיר ווייסן אז מיר זענען נאר מענטשען, און אזוי ווי דו שרייבסט “מיר גליטשן זיך אויס, מיר פאלן אראפ, מיר האבן שווערע מינוטן ווען מיר רעדן און טוען זאכן וואס מיר וואלטן נישט געוואלט רעדן אדער טוהן” דאס איז א מציאות און קיינער לייקנט דאס נישט……………
אבער פון דעם ביז ווערן אפגעכאפט און מפורסם איבעראל דאס איז שוין א צווייטע זאך.
פונקט אזויווי א יעדע מענטש ווען ער שלאפט אדער גלייך ווען ער שטייט אויף קוקט ער נישט אויס זיין בעסטן, די עצם זאך איז נישט קיין בושה, אבער אז איינער וועט כאפן א בילד ווי דו שלאפסט און ארום שיקן פאר די גאנצע וועלט וועסטו זיך שעמן דערמוט אפילו א יעדער ווייסט אז דאס איז א נארמאלע זאך און עס איז נישט א עוולה צו שלאפן.
לעניית דעתי איז א יעדעס ווארט פון די ארטיקל אמת ויציב ונכון. ישר כוח
ס’איז זייער אמת! ארי איך פריי מיך אז דו האסט באוויזן ארויסברענגן דעם טעמע צום גאס, ווייל ס’איז א זאך וואס באדערט נישט נאר מענטשן וואס זענען אויף אזאנע קליפס, נאר אויך פאר מענטשן וואס באקומען דאס אומוועלנדיג אויף גרופעס. זיי רייסן זיך די הארץ און קענען נישט פארשטיין פארוואס זייערס א חבר שיקט עס ארום, און נאכדערצו רייסט עס סאך מער ווען זיי צוטערן צו “ריפלייען”,ווייל אויב ריפלייט ער כאפט ער פון די פּראָסטאַקס אויפן גרופע פון אלע זייטן.
איך האף נאכן ליינען די ארטיקל וועלן זיך מענטשן מער נישט שעמען און זיך נישט צוטון מאכן פון די וואס וועלן פארפירן נאכן מוחה זיין…
א גרויסען שכח פאר שרייבען פין די זייער וויכטיגע טעמע.
איך האב נאר געוואלט צולייגען א פונקט, אסאך מאל איז דא בילדער אדער קליפס וואס פאר די מענטש אליין גייט נישט אן אויב עס ווערט מפורסם אבער פאר די משפחה איז עס געוואלדיגע בושות וד”ל! דאס איז אויך רציחה צי פארשפרייטען אין שיקען ווייטער.
רבותי מען דארף טראכטען פאר מען שיקט ווייטער אויב עס גייט קיינעם נישט וויי טון און מבזה זיין.
איך וויל איין זאך זאגן,
געווענלעך האב איך מורא צו שרייבן אויף אזעלכע פלעצער איך קוק עס עס צו הערסט צו ערוואקסן אין אין וויל עס נישט צו שטערן מיט מיין קליינע סכל.
אבער יעצט פיל איך פאר וויכטיג יא צו שרייבן מיינע פאר ווערטער וואס איך האב צו זאגן, אין באלד וועסטו שוין פארשטיין פארוואס.
אינאנייב ווען איך האב געזען אז ‘אידש ווינקל’ פאנגט אן. מיט א קאמפיין איבער סאשל מידע האט מיר עס זייער געבאדערט אין איך וועל אפילו זאגן קלאר’ער ‘ווער האט זיי געפרעגט’ אין ווען איך האב געזעהן דעם צווייטן מעסעדזש איבער דעם סטיקער אויפן קאר ‘קומסט צו מיר עסן שאבעס’ האב איך מחליט געווען אז איך קום ארויס מיט א מערכה אנטקעגן אידיש ווינקל.
וכך הוה: איך האב אנגעפאנגען שרייבן אין פאבליק אויף גרופ’ס, ווער האט זיי געפרעגט היינט זאגן זיי אינז דעס אין מארגן זאגן זיי אינז יענץ.
בקיצור: פארשטייט זיך אז דער בעל דבר שלאפט נישט אין ער האט אנגעדרייט מען זאל מיר קומען געבן קאמפלימענט’ן איבער מיינע קלאפיש קלוגע ווערטער וואס האט מיר געגעבן א שטארקע חיזוק אנצוגיין ווייטער מיטן מײן מערכה.
יענע נאכט: בין איך געווען ביי א שמחה אין פארברענגט אזוי מיט מיינע חברים אין פליצלינג אז עפעס מיין דעת פארפארן אין איך האב זיך עפעס אזוי נאריש געמאכט ברבים וואס דאס איז א זאך וואס איך טוה קיינמאל.
ווי פארשטענדליך וואס טוה היינט יעדער מיט א פאון אין טאש?! מען כאפט א קליפ.
איך בין געגאנגען שלאפן אין פארגעסן פון אלעם וואס איז געווען, איך שטיי אויף צופרי אין איך פאנג אן כאפן וואס דא גייט פאר….. מיינע אייגענע נאנטע חבירים שטייען אין לאכן פון מיר אויפן גרופ…… איך טראַכט צו מיר:
באשעפער וואס טוה איך?!
גיי ווייס צו איך בין דער נעקסטער סאשל מידע קרבן?!
נישט טראכטן’דיג קיין צוויי האב איך שוין גלייך פארשטאנען אז דאס איז א סימן מין בשמים אויף מיין נעכטיגע עוולה פון מאכן לצנות פון איינער וואס מיינט גוט אין טוט גוט… פשוט ווייל איך האב נישט גענוצט דעי ביסל הכנעה אין מקבל זיין פון א צווייטן א מוסר ווארט.
למעשה: האט איינע פון מיינע חברים וואס האט מיטגעהאלטן ווי א טאג פריער מאך איך לצנות פון דעי גאנצע אידיש ווינקל קאמפיין איבער פארשפרייטן געמיינע קליפס אויף יענעם’ס חשבון, געווארט צו הערן וואס איך האלט נאכן אליינס געפריווט ווערן, פארשטייט זיך אז ווען ער האט מיר געפרעגט איבער דעם, האב איך אים די ערשטע זאך געזאגט אז יעצט שטיי איך מיט, מיט אידיש ווינקל מערכה.
זייער גוט געזאגט יעדעס ווארט איז אמת ויציב.
מתחילה, איך אלס איינער וואס האט אויך ליב אביסל אראפצורייסן יעדע זאך (געווענדליך..) האב איך אויך געקוקט אויף דעם, אז ווער איז דעי פלאטפארמע אויפצופאדערן דעם עולם און א ענין..?. ועוד.. ועוד.. מיט די סטיקער אויף די קאר.. מיט נאך אנדערע טענות ומענות.
אבער אינאמתע’ן אריין בין איך ווייט פון גערעכט צו פירן מיין פארקערטע קאמפיין אראפצורייסן אידיש ווינקל צעווישן מיינע חברה פאר וועם איך אנאליז מיינע אנאליזן כסדר.
ווייל דעס איז טאקע אמת וואו ענק האבן שוין ארויסגעברענגט אינעם עבר דעי אלע חסרונות וואס דאס פארשפרייטן ווידיאוס און בילדער ברענגט מיט מיט זיך. וכאן אין המקום להאריך. כמובן;
איז בלייב מיר און א בחינה פון מה נאמר ומה נדבר. וואס האבן מיר צוצולייגן אויף דעי דברים העומדים ברומו של עולם. און מדארף ווייטער ארבעטן אויף דעי קאמפיין סזאל קלינגען און די אויער פון דעי אלע פאטאגראפערס ביי קלענערע שמחות ומאורעות. וואס כאפן אפ יעדע זאך וואס איז ראוי להעלות על השולחן של הסאשעל מידיע.. ווייל קלאמפיש דארף ער עס נאר אלס א what’s app status צו מהנה זיין-זיין קרעמל -וואס ער רעד זיך נעבעך איין אז זיינע status קוקער לעכצען צו זעהן און מיטהאלטן זיינע בויך ווייען. און ווייטער.. אבער דאך.. פון מאל צו מאל טרעפט זיך יא עפעס א גוטס וואס פאר איינעם פון זיינע status קוקער מאכן אפ אז ער דארף עס שיקן פאר יענע שוואגער/וכדומה. ווייל מהאט פונקט גערעט פון יענעם און יענעם.. הקיצור. ..
און ווערטער זענען איבריג.. און ער כאפט נאר א ווידיאו סקרין ריקארדער. (אויב איר ווייסט וואס דאס מיינט. אז נישט פרעגט google..) ער שיקט עס נאר פאר יענעם אזוי מסיח לפי תומו.. און געב עס צוויי מינוט אויפן זייגער.. און אלעס איז מסודר..
און געדענקט!…. יענער האט עס נישט געשיקט “פאר קיינעם..!!”
נישטא וואס מוסיף צו זיין.
שכח פארן מפרסם זיין מיינע ווערטער
זייער גוט אז מ’האט ארויף געברענקט דעם נושא, איך האף אז מענטשען וועלן זיך אויסלערענען צו טראכטן צוויי מאל פאר מ’טוט אזא מין זאך.
א גרויסן ישר כחץ
ארי חזק ואמץ האלט דיך שטארק ציברעך דיך נישט פון די וואס פראבירען דיך אוועקצימאכען אז די האסט נישט די רעכט צי זאגען דעם דעת הציבור
די האסט ארויסגעברענגט א נקודה צים גאס וואס וואלט מען ווארט שוין א לאנגע צייט אז איינער זאל עס נעמען אין די הענט
ליידער פארט היינט ארום אזוי סאך קליפס וואס עס איז גורם עגמת נפש פאר אסאך יודען אין זייערע משפחות אין די מיט דיין טאלאנט ביסטי געקומען און ארויסגעברענגט דעם זאך צי די ציבור
חזק ואמץ