וואשינגטאן – דער ליבעראלער ביליאנער און אקטיוויסט טאם סטייער האט נעכטן געמאלדן, אז ער וועט אויסגעבן אזויפיל ווי דרייסיג מיליאן דאלאר פון זיין אייגן טאש, אויף צו העלפן דעמאקראטן צוריקכאפן קאנטראל פונעם סענאט און קאנגרעס ביי די היי-יאריגע מידטוירם וואלן.
סטייער איז לעצטנס אויפגעקומען אלס א שטארקער אנטי-טראמפ אקטיוויסט, און בעיקר פירט ער א קאמפיין אז פרעזידענט טראמפ זאל אימפיטשט ווערן, אויף וואס סטייער האט שוין געזאמלט איבער איין מיליאן אונטערשריפטן אויף א ספעציעלער פעטיציע.
די אלע שריט פון סטייער האט געברענגט שפעקולאציעס, אז ער פלאנירט דאס צו נוצן צו לויפן פאר א פאליטישן אמט, און מעגליך פאר פרעזידענט אין יאר 020′, אבער ער האט נעכטן אויסגעשלאסן סיי וועלכע פאליטישע קאנדידאטור פאר זיך, זאגנדיג אז ער צילט נאר צו העלפן די דעמאקראטן.