אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פרישע גאס נעמט איבער טיטל פון “מערסט געדרייטע גאס אין די וועלט”

פאר לאנגע יארן האט א גאס מיטן נאמען באלדווין אין די שטאט דינדין אין ניו זילאנד געהאט די טיטל “די מערסט געדרייטע גאס איבער די וועלט” אין די גינעס ווארלד רעקארד ביכל. פילע שווערע טויזענטער טוריסטן זענען דארט געקומען מאכן בילדער ווי זיי לויפן אדער פארן מיט ביציקלעך אויף דעם גאס וואס איז אנגעקומען צו א שיפקייט פון 35%.

אצינד, נאך יארן זיין אין שפיץ, האט באלדווין פארלוירן איר טיטל, נאך א העפטיגע קאמפיין פון איינוואוינער אין די היסטארישע שטאט הארלאך אין צפון וואליז, אז די גאס ‘פארד פען לעך’ איז שיעפער.

פארשער זענען אראפגעקומען און אפגעמאסטן די געדרייטע גאס, און יאפס, זיי האבן באשטעטיגט אז ס’איז שיעף אויף א שטאפל פון 37%. מען האט באלד געקרוינט אט דעם גאס אלס די מערסט געדרייט גאס פון די וועלט.

די גאס וועלכע איז אצינד די מערסט געדרייטע גאס, געפינט זיך נעבן די הארלאך פעסטונג און איז געבויעט געווארן אין דער מיטל-אלטער. די גאס פארמאגט הייזער, געשעפטן, און נאך אסאך זאכן. עס איז לאנג 300 מעטער – מיט 50 מעטער ווייניגער פון די באלדווין גאס.

די ניו זילאנדער זענען זייער ברוגז דערויף, און זענען נישט מוחל די שטאט וואס האט זיי צוגענומען דעם טיטל, וויבאלד ביז היינט האבן זיי געמאכט אסאך געלט פון טוריסטן, און ווארשיינליך וועט די פלייץ פון טוריסטן אצינד נאכלאזן.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.