אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

שאקירנדע אויפדעקונג: אמעריקע האלט נוקלעארע שפיצן אין פינף פרעמדע לענדער

א באריכט היינט אין וואשינגטאן פאוסט טוט אנטעקן אז עס האט געליעקט בטעות א דאקומענט פון נאטא און איז באלד פארמעקט געווארן, אבער די סוד איז שוין ארויסגערינען!

ווי עס שטעלט זיך ארויס האלט אמעריקע נוקלעארע וואפן אין בעלגיע, דייטשלאנד, איטאליע, האלאנד און טערקיי!

די דאקומענט האט דער שרייבער סאנטאר קענעדי געשריבן פאר די זיכערהייט און שוץ קאמיטע אין בעפארברייטונג צום פאלאמענטארישע נאטא צוזאמענקום.די פארמעקטע דאקומענט איז ערשינען היינט אין די בעלגישע “דע מארגען” צייטונג, וואו זיי באריכטן איבער 150 נוקלעארע שפיצן וואס אמעריקע האלט לכאורה אין אייראפע.

די באריכט רעכנט אויס זעקס אמעריקאנע באזעס וואו ס’ליגט די שפיצן, צוויי פון זיי אין דייטשלאנד, איינס אין איטאליע, איינס אין האלאנד און דאס לעצטע אין טערקיי.

נאטא האט זיך אפגעזאגט פון רעאגירן צום באריכט.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.