דער אמעריקאנער פרעזידענט האט נעכטן געמאלדן אויף טוויטער, אז ער איז נישט צופרידן פון דעם פארשטענדעניש איבער דאק״א און ווי עס שיינט איז דער פראגראם ווארשיינליך א פארגאנגענהייט, וואס לאזט אונטער א פראגע צייכן דעם לעגאלן סטאטוס פון ארום 800,000 יוגנטליכע וואס זייערע עלטערן זענען געקומען קיין אמעריקע אומלעגאל. דאס קומט נאכדעם וואס פאריגן דאנערשטאג האט דער פרעזידענט אפגעהאלטן א זיצונג מיט א גרופע געזעצגעבער פון ביידע פארטייען, וועמען דער פרעזידעט האט באאויפטראגט צו קומען צו א פארשטענעדיש איבער דעם פראגראם, און יענע זיצונג איז שפעטער באקאנט געווארן צוליב די וואולגארע טערמינען וואס דער פרעזידענט האט דארט גענוצט. ווי עס שיינט האט פרעזידענט טראמפ אפגעווארפן די אומפארטייאישע פארשטענדעניש, און דאס וועט ווארשיינליך ברענגען די דעמאקראטן זאלן נישט שטימען אויף א בודשעט די וואך, און עס קען פירן צו א רעגירונג שאט-דאון ביז מען קומט זיך דורך.
דער אפמאך האט געזאלט אוועקשטעלן א ״וועג צו בירגערשאפט״ פאר די דאק״א אימיגראנטן וועלכע וואלטן געקענט ווערן בירגער נאך 13 יאר, און אין אויסטויש האבן די דעמאקראטן באוויליגט צו ערלויבן 1.6 ביליאן דאלאר פאר א גרעניץ-וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא, און נאך 1.1 ביליאן פאר מער גרעניץ וועכטער. דער אפמאך איז אויסגעארבעט געווארן צווישן דריי רעפובליקאנער און דריי דעמאקראטישע געזעצגעבער נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט אויסגעדריקט אינטערעסע אין אן אומפארטייאישע פארשטענדעניש, אבער נאכ׳ן איבערקוקן דעם אפמאך ביי א זיצונג אין ווייסן הויז, האט ער עס קאטעגאריש אפגעווארפן.
די געזעצגעבער זאגן אבער אז זיי פרובירן נאך צו שאפן מער שטיצע פאר דעם ביל, און זיי האפן אז אויב וועט עס אריבערגיין אין קאנגרעס און אין סענאט, וועט עס דער פרעזידענט אונטערשרייבן.
אייראפעישע אויסערן מיניסטארן זענען ערווארטעט זיך צו טרעפן אין בריסל קומענדיגע יאנואר 22 צו דיסקוטירן זייער ווייטערדיגע שריט, אבער איראן האט שוין קלאר געמאכט אז זיי זענען נישט גרייט צו טוישן דעם אפמאך. פרעזידענט טראמפ׳ס שריט איז שטארק קריטיקירט געווארן דורך עטליכע רעגירונגען, אריינגערעכנט דורך רוסלאנד, וועלכע האט אנגערופן דעם סטעיטמענט ‘עקסטרעם נעגאטיוו.’