מוכאמאד כאמדאן, אויך באקאנט אלס אבו כאמזא, א מיטגליד אין דער פירערשאפט פון דער כאמאס טעראר גרופע, איז פארוואונדעט געווארן אין לבנון פון אן אויפרייס-אפאראט וואס איז צוגעטשעפעט געווארן צו זיין אויטא, אין א פרואוו אים אומצוברענגען. דיער דורכגעפאלענער אטענטאט האט פאסירט אין דער שטאט צידון אין דרום לבנון, די קאר איז ארויף אין פלאמען און ארומיגע געביידעס האבן געליטן לייכטע שאדנס, אבער אבו כאמזא זעלבסט איז אפגעקומען מיט בראנד-וואונדן אויף די פיס און איז נישט אין קיין לעבנסגעפאר.
לויט לאקאלע נייעס קוועלער, האט מען געזען א מדינת ישראל שפיאנאזש פליגער אין דער לופטן אין דער צייט פון דער אטאקע, און די טעראר גרופע זאגט אז די אטענטאט האט די פינגער-אפדרוקן פון א מדינת ישראל אקציע, וואס קומט אין רעאקציע צו די פארשטערקערטע אקטיוויטעטן פון כאמאס אין לבנון. אבער אין מדינת ישראל שליסט מען נישט אויס די מעגליכקייט, אז עס איז די רעזולטאט פון אינערליכע רייבערייען אין כאמאס.