דער יאפאנעזער פרעמיער מיניסטאר, שינזא אבעי, האט אפגעשטאט א באזוך אינעם יאפאנעזער קאונסיל אין ליטע, וואו ער האט זיך באטייליגט אין א ספעציעלער צערעמאניע צו באעהרן דעם אנדענק פון שינואן סינוגארא, וואס האט געפירט דעם יאפאנעזער קאונסיל אין קאוונע, און ער האט געראטעוועט 6000 אידן פון א זיכערן טויט דורך זיי שענקען יאפאנער אריבערפאר-וויזעס, ארבעטנדיג אינאיינעם מיט׳ן האלענדישן קאונסיל, וועלכע האט ארויסגעגעבן וויזעס פאר א פיקטיווע דעסטינאציע, און מיט די דורכפאר-וויזעס זענען די אידן געבליבן ״שטעקן״ אין יאפאן און אזוי ארום זיך געראטעוועט, סינוגארא ווערט אויך געדענקט אלס דער שליח צו ראטעווען דעם עולם התורה אין ליטע, ווייל דורך אים האבן זיך הונדערטער ישיבה-לייט געראטעוועט און שפעטער צוריקגעבויעט דעם עולם התורה אין אמעריקע און אין ארץ ישראל. אבעי האט אויך באזוכט אין היים פון סינואגארא, וואו עס פונקציאנירט היינט א מוזעאום אין זיין אנדענק.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
גרופע אידן פארלאנגען פון פראנקרייך די ביינער פון...
חסדי ה’: פלאן צו פאר’סמ’ען אידן און...
ברוך דיין האמת! אינגערמאן דערטראנקען נאכן...
ברוך דיין האמת: איד דערטראנקען געווארן אין תל אביב...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.