דער געוועזענער פרעזידענט ביל קלינטאן איז ארויס מיט א שארפער רעאקציע צו א באריכט אינעם ״וואשינגטאן פאוסט״, אז די הייראט צערעמאניע פון זיין טאכטער אין 10′ איז פינאנצירט געווארן פון געלטער וואס די ״קלינטאן פאנדעישן״ האט צוזאמענגענומען פאר רעטונג באמיאונגען אין האיטי, נאך דעם מאסיוון ערד ציטערניש וואס האט דארט פאסירט.
קלינטאן שרייבט, ״די געשיכטע איז נישט בלויז דורכאויס פאלש, נאר איז א פערזענליכע באליידיגונג פאר מיר און מיין פאמיליע. די באשולדיגונגען זענען באזירט אויף אן אימעיל אויסטויש צווישן דשאן פאדעסטע, דער קלינטאן קאמפיין מענעדזשער, און אן אנדערער קלינטאן געהילף, אין וועלכע זיי באקלאגן זיך אויף דעם וואס די טאכטער פון די קלינטאן׳ס איז נישט פארזיכטיג מיט די געלטער און נוצט עס פאר איר חתונה און פריוואטע געברויכן, עס איז אבער נישט קלאר אויב די אימעיל רעדט פון געלטער פון דער קלינטאן פונדאציע. די געשיכטע איז פריש ארויפגעשוואומען אין ליכט פון די נעגאטיווע קאמענטארן וואס דער פרעזידענט האט געלאזט פאלן איבער האיטי.