אין דער ביזנעס וועלט קוקט מען צו מיט אינטערעסע צום סופרים קאורט וואס האט באוויליגט צו אורטיילן אין א לעגאלן געפעכט צווישן סאוט דעקאוטע און דריי אנליין פארקויפער איבער דער פראגע אויב זיי דארפן צוזאמעננעמען די שטייערן פאר די סטעיטס ווען ארטיגע איינוואוינער קויפן איין אויף די אינטערנעט.
די פירמעס צייגן אָן אויף אן אורטייל פונעם העכסטן געריכט, וועלכע זאגט אז ביזנעסער וועלכע האבן נישט קיין פיזישע אנוועזנהייט אין א סטעיט זענען נישט פארפליכטעט צוזאמצונעמען שטייערן פאר דער סטעיט. אבער סאוט דעקאטע האט געעפנט א געריכטליכן קאמף צו צוריקדרייען דעם אורטייל, אנגעבנדיג דעם דראמאטישן טויש וואס די וועלט פון שאפינג איז אריבער זינט דאן. א רעגירונג שאצונג ארויסגעגעבן פריער אין יאר, האט געשאצט אז סטעיטס קענען פארדינען ארום 13 ביליאן דאלאר מער יערליך אויב דאס העכסטע געריכט אורטיילט אז אנליין ריטעילערס מוזן רעכענען שטייערן פאר די סטעיטס.