אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פארשוואונדענער וויקעליקס העקער נאכן פארוואונדעט ווערן אין שיפל עקסידענט דערקלערט אלס טויט

א האלענדישער העקער וואס האט געארבעט פאר די וויקעליקס און איז פארשוואונדן געווארן פאראיאר אונטער מיסטעריעזע אומשטענדן, איז דערקלערט געווארן דורך די נארוועגישע פאליציי אלס טויט, כאטש וואס זיין קערפער איז קיינמאל נישט אפגעפינען געווארן.

אריאן קאמפאוס, א 47 יעריגער סייבער עקספערט, איז דאס לעצטע מאל געזען געווארן פארלאזנדיג די האטעל אין די שטעטל באדא אין צפון נארוועגיע אום אוגוסט 20 יארע 2018. ער האט געזאלט צוריק גיין קיין אמסטערדאם צוויי טאג שפעטער, אבער ער איז פארשוואונדן געווארן.

פילע קאנספיראציע טעאריעס האבן זיך ארומגעדרייט אין די מידיע, געוויסע האבן געהאלטן אז די אמעריקאנע אדער רוסישע האבן געלייגט א האנט אויף אים, אנדערע האלטן אז ער איז ארויס אין א געהיימע מיסיע פאר די וואוילזיין פון אסאנדזש, דער גרינדער פון וויקעליקס.

אין די טעג נאך זיין פארשוואונדונג האט די פאליציי געטראפן א קייאק שיפל אין די געגנט ווי פישערלייט האבן געטראפן די פריוואטע חפצים פון קאמפאוס, וואס זענען געשווימען אין וואסער. די פאליציי האט באשטעטיגט אז ער איז לכאורה געווען פארמישט אין אן עקסידענט ביים וואסער און איז ווארשיינליך געשטארבן, אבער מ’האט נישט געטראפן זיין קערפער.

וויקעליקס האט געזאגט אז די גאנצע געשיכטע פון זייער’ס א מיטארבעטער איז זייער מאדנע און פארדעכטיגט. די פארדאכט איז נאר געשטיגן ווען אום אוגוסט 30 האט מען אויפגעכאפט אז זיין סעלפאון איז אנגעצינדן געווארן פאר א קורצע צייט אין די געגנט פון די האפן-שטאט סטווענגער אין דרום מערב נארוועגיע.

די וואך האט די פאליציי קלארגעשטעלט אז צוויי טראק-דרייווער האבן געטראפן דעם סעלפאון, זיין פריוואטע לעפטאפ און נאך, אין די געגנט וואו מען האט געטראפן זיין שיפל. די טראק דרייווערס ווערן נישט פארדעכטיגט אין שפילן סיי וואספארא ראלע אין די מיסטעריעזע פארשוואונדונג פון דעם העקער.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.