דזשאקא ווידאדא דער פרעזידענט פון אינדעניזיע האט די וואך געמאלדן אז מ’האט געטראפן א פרישע ארט וואו די נייע הויפטשטאט וועט אויפגעשטעלט ווערן, אנשטאט די ביז יעצטיגע דזשקארטא.
די הויפטשטאט וועט זיך אריבערציען צום שטח אויף מזרח קלימאנטאן, ביים בורנאו אינזל וואס אינדעניזיע טיילט זיך מיט מאלאזיע און בראנאי.
מער פון צען מיליאן מענטשן וואוינען אין דזשאקארטא ביים צפון זייט פונעם דזשאווא אינזל האפן – די צענטראלע און מערסט צעשטופטע אינזל אין אינדעניזיע. דזשאקראטא געפינט זיך אויף א ערד פון זומפן און טיילן פון די שטאט זינקען אזויפיל ווי 25 סענטימעטער א יאר.
בורנאו איז איינע פון די אינזלען וואס זענען ווייניג באזעצט אין אינדעניזיע. די געגנט וואו מ’וויל אהערשטעלן די פרישע הויפטשטאט געפינט זיך נאנט צו די שטעט בליקפעפען און סמארינדע, וואס איז אויך נישט די מערסט-באזעצטע געגנטער.
ווי פרעזידענט ווידאדא גיבט איבער, געפינט זיך דער געגנט אין א מינימאלע געפאר פון נאטורליכע קאטאסטראפע, און דאס לאנדט פארמאגט דארט ארום 180,000 דונאם. ער האט נאכנישט ארויסגעגעבן די נייע נאמען וואס די פרישע הויפטשטאט וועט באקומען.