אין די לעצטע טעג זענען די באציאונגען צווישן אמעריקע און טערקיי געווארן שטארק אנגעשטרענגט, נאכדעם וואס דאס מיליטער האט באשטעטיגט אז אמעריקע און אירע אליאירטע ארבעטן אויף א פלאן צו גרינדן א מאכטפולע גרעניץ זיכערהייט דיוויזיע פון ארום 30,000 קעמפער אין סיריע.
די דיוויזיע וועט זיין דאמינירט דורך מיטגלידער אין די קורדישע מילציעס, וועלכע קאנטראלירן דעם ראיאן צווישן סיריע און טערקיי, דער שריט ברענגט סטראשונקעס און דראאונגען פון טערקיי, און דער טערקישער פרעזידענט האט עס אנגערופן אן ״ארמיי פון טעראר״, פארשפרעכנדיג צו רעאגירן מיליטעריש און אטאקירן די קורדישע באפעלקערונג אין סיריע.
דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט נעכטן אדרעסירט די נושא און געזאגט אז די קריזיס איז באזירט אויף באריכטן וועלכע זענען ״איבערגעטריבן און פאלש באריכטעט״, און אז ס’האנדלט זיך נישט פון קיין מאכטפולע מיליטערישע דיוויזיע, נאר ליבערשט פון לאקאלע זיכערהייטס גרופעס, וועלכע וועלן בלויז באקומען טרענירונג צו זיך קענען בעסער ספראווען מיט די זיכערהייט פראבלעמען אין דער געגנט, און נישט קיין געהעריגע מיליטערישע מאכט.
דער טערקישער פרעמיער מיניסטער האט אבער אפגעווארפן די ערקלערונג, זאגנדיג אז אמעריקע שפילט א ״שפיל פון צעמישעניש״ און פארלאנגט פון וואשינגטאן צו מאכן קלאר אז זי וועט קאארדינירן אירע אקטיוויטעטן מיט טערקיי. אין דער זעלבער צייט איז געמאלדן געווארן אז א גרופע פון מיליטערישע פירער פון טערקיי זענען אפגעפלויגן קיין רוסלאנד צו דיסוקטירן די סיטואציע, און אזוי אויך האט מען אנגעזען פארשטערקערטע מיליטערישע באוועגונגען פון טערקישע קרעפטן ביי איר גרעניץ מיט סיריע.