פאליטישע נייעס און ארטיקלען

קריגעריי איבער פייסא און רוסלאנד

וואשינגטאן – אן ערנסטע פאליטישע געפעכט קאכט זיך אין קאנגרעס, איבער א מעמא וואס די רעפובליקאנער פירערשאפט פון דער קאנגרעסיאנאלע שפיאנאזש קאמיטע האט צוזאמגעשטעלט ארום דער טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג. לויט קאנגרעסלייט, וואס האבן געזען די אינהאלט פונעם מעמא, זעט מען דערין קלארע באווייזן אז די אבאמא אדמיניסטראציע האט גענוצט די ען-עס-עי און אנדערע שפיאנאזש אגענטורן ארויסצונעמען א “פייסא” שפיאנאזש ערלויבעניש קעגן באאמטע אינערהאלב דעם טראמפ קאמפיין, בלויז מיט פאליטישע מאטיוון צו שטערן דעם טראמפ קאמפיין און ארויסהעלפן דעם קאמפיין פון פרוי קלינטאן. דער פובליק פארלאנגט אז קאנגרעס זאל ארויסגעבן די מעמא פאר’ן פובליק, מ’זאל קענען זען צי ס’שטייט טאקע דאס וואס די רעפובליקאנער באשולדיגן, אבער די רעפובליקאנער זאגן אז די דעמאקראטישע מיטגלידער פונעם קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע בלאקירן עס און ווילן עס נישט ארויסגעבן פאר’ן פובליק.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.