ניו יארק – פעדעראלע פראקורארן האבן נעכטן אנגעהויבן זייער אויפטריט אין פעדעראלן געריכט, ביים אנהייב פונעם פראצעס קעגן דזשאוסעף פערקאוקאו, א געוועזענער הויכראנגיקער געהילף און ראטגעבער פונעם ניו יארק סטעיט גאווערנאר ענדרו קאומאו. פערקאוקאו, וועלכער איז לאנגע יארן באצייכנט געווארן אלס דער נענטסטער מענטש צום גאווערנאר, איז אנגעקלאגט געווארן מיט שווערע קלאגעס אין סעפטעמבער יאר 16′, אינאיינעם מיט 9 אנדערע סטעיט פירערשאפט באאמטע, וואס די קלאגעס לויטן אז זיי האבן גענומען הונדערטער טויזנטער דאלאר אין כאבאר פון פירמעס וואס האבן געוואלט אנטיילנעמען אין די גרויסצוגיקע פראיעקטן וואס גאווערנאר קאומאו האט אונטערגענומען אויפצולעבן די פארשלאפענע עקאנאמיע אין באפעלאו, ניו יארק. די פראקורארן האבן נאכאנאנד ווידערהאלט אז קעגן קאומאו זעלבסט זענען נישט געפלאנט קיין קלאגעס, אבער יעצט אז דער פראצעס איז שוין אונטערוועגנס, איז מעגליך אז קאומאו וועט גערופן ווערן אויפצוטרעטן.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.