פאליטישע נייעס און ארטיקלען

שומער סטראשעט איבער טראמפ וואנט

וואשינגטאן – באריכטן נעכטן האבן געצייגט, אז דער דעמאקראטישער סענאט מינאריטעט פירער, טשאק שומער, האט געשיקט א שארפן מעסעדזש צום ווייסן הויז, אז ער איז מער נישט וויליג צו שטיצן א גרויסן און קאסטבארן ביל צו דעקן די קאסטן פון בויען פרעזידענט טראמפ’ס מעקסיקאנער גרעניץ וואנט. שומער ווערט אין די טעג אראפגעריסן דורך דעם ליבעראלן פליגל פון דער דעמאקראטישער פארטיי, אז ער האט זיך אומזיסט געבראכן און געברענגט דעם שאטדאון צו אן ענדע, אן דעם וואס ער זאל באקומען א דיעל איבער די דאקא אימיגראנטן, און דעריבער זוכט יעצט שומער צו נעמען א פרישע שטייפע ליניע מיט’ן ווייסן הויז, זאגנדיג פאר זיי אז ער וועט נאר שטיצן א קליינע וואנט-פאנדינג ביל, אין אויסטויש פאר באשיצונג פאר די דאקא אימיגראנטן.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.