סייפרוס – היינט זונטאג ווערן אפגעהאלטן פרעזידענט וואלן אין סייפרוס, וואס די רעזולטאטן פון די וואלן ווערן שטארק נאכגעקוקט דורך גאנץ אייראפע, און ספעציפיש דורך טערקיי.
סייפרוס איז אן אינזל-לאנד, וואו עס וואוינען טערקישע און גריכישע אפשטאמיגע, און טערקיי שלאגט זיך שוין יארן לאנג צו האבן קאנטראל אויפן גאנצן אינזל. עס הערשט אויפ’ן אינזל א טיילווייז-אנערקענט באזונדער לאנד, צפון סייפרוס, וואס יענץ באשטייט פון די טערקן, אבער די צענטראלע רעגירונג איז בעיקר אונטער קאנטראל פון די גריכישע.
די וואלן ווערן נאכגעקוקט, וויבאלד דער וואס געווינט עס, וועט שטיין אין שפיץ פון די געשפרעכן וואס אייראפע פרובירט אנצופירן מיט’ן ציל צו פאראייניגן דעם גאנצן אינזל און ענדיגן די רייבערייען. טערקיי האט א באזונדערע אינטערעסע, ווייל זי וויל זיך אנשליסן אינעם אייראפעאישן יוניאן, און די יוניאן פירערשאפט האט געזאגט אז דאס וועט נישט פאסירן, איידער דער סייפרוס קריזיס איז געלעזט, און טערקיי קען שפילן א הויפט ראלע אין דער לעזונג.