וואשינגטאן – א דריטל פון צווייטע וועלט קריג איבערלעבער, וואס וואוינען אין די פאראייניגטע שטאטן, לעבן אין גרויס ארימקייט, לויט א פרישן באריכט פון דער “בלו קארד” ארגאניזאציע, וועלכע העלפט ארויס איבערלעבער פונעם צווייטן וועלט קריג. די ארגאניזאציע זאגט אז ארום הונדערט טויזנט מלחמה איבערלעבער געפינען זיך אין אמעריקע, און 61 פראצענט פון זיי לעבן אויף ווייניגער ווי 23 טויזנט דאלאר א יאר, וואס איז טאפלט ווי די אפיציעלע ארימקייט סטאטוס אין אמעריקע.
“בלו קארד” זאגט אז יעדעס יאר שטייגן די ביטעס פאר הילף מיט צוואנציג פראצענט, וואס באדייט אז דער פראבלעם פון ארימקייט ביי האלאקאוסט איבערלעבער, שטייגט יעדעס יאר. אין א באזונדערער אנטוויקלונג, האט די “דזשואיש פעדערעישאנס אוו נארט אמעריקע” ארגאניזאציע געזאגט, אז זי וועט פארטיילן 2.8 מיליאן דאלער פאר דרייסיג ארגאניזאציעס וואס העלפן ארויס מלחמה-איבערלעבער אין די פאראייניגטע שטאטן.