וואשינגטאן – ווייסע הויז קוועלער זאגן, אז פרעזידענט טראמפ לייגט דרוק אויפ’ן יוסטיץ דעפארטמענט, זיי זאלן געבן ערלויבעניש פאר קאנגרעס ארויסצוגעבן פאר’ן פובליק די “עף-בי-איי מעמא”, וואס רעפובליקאנער אין קאנגרעס האבן צוזאמגעשטעלט, מיט באשולדיגונגען איבער קארופציע אינערהאלב די עף-בי-איי און די געוועזענע אבאמא אדמיניסטראציע.
די מעמא, וועלכע איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורכ’ן רעפובליקאנער קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע פירער דעווין נונעז, ברענגט קלארע באווייזן אז די אבאמא אדמיניסטראציע האט גענוצט פעדעראלע שפיאנאזש אגענטורן און טאקטיקן, צו שפיאנירן אויפ’ן טראמפ קאמפיין, און אז אלעס איז געווען פאליטיש מאטיווירט, צו העלפן דעם קאמפיין פון פרוי קלינטאן. דער יוסטיץ דעפארטמענט זאגט אז זיי ווילן נישט דערווייל ארויסגעבן דעם מעמא, ווייל עס אנטהאלט פילע קלאסיפייד אינפארמאציע.