אהייא – נעכטן האט מען געהערט שארפע קריטיק קעגן דער “סטראווא פיטנעס” פירמע, וועלכע האט פובליצירט א גרויסע מאפע, וועלנדיג זיך אויפטאן און שטאלצירן איבער וואו אלץ אין דער וועלט זייער פראדוקט ווערט גענוצט.
סטראווא-פיטנעס איז א טעכנאלאגישע “אפליקאציע,” וועלכע העלפט מענטשן האלטן חשבון אויף וויפיל איבונגען זיי מאכן, וויפיל פיסטריט זיי נעמען טעגליך, און אנדערע געזונטהייט אינפארמאציע, און עס ווערט גענוצט דורך מיליאנען אמעריקאנער איבער דער וועלט.
די פירמע האט נעכטן ארויסגעגעבן די מאפע, אלס טייל פון זייער פראפאגאנדע קאמפיין, אבער באלד האט מען געהערט פון פענטאגאן קוועלער, אז די מאפע טוט אומווילנדיג אויפדעקן די לאקאציעס פון געהיימע אמעריקאנער באזעס איבער דער וועלט, אריינגערעכנט א געהיימע באזע אין סיריע, וואו אמעריקאנער זעלנער באנוצן זיך מיט דער “אפליקאציע” צו האלטן חשבון אויף זייערע פיזישע אקטיוויטעטן. די פירמע האט דערווייל נישט רעאגירט צום געשאפענעם שטורעם.