ניו יארק סיטי – דער ברוקלין דיסטריקט אטוירני עריק גאנזאלעז האט נעכטן געזאגט, אז ברוקלין וועט זיך אן עצה געבן מיט’ן פלאצירן די הונדערטער ארעסטאנטן וועלכע וועלן צוקומען צו די בארא, ווי נאר רייקערס איילענד וועט ווערן אפגעשפארט. די דעבלאזיא אדמיניסטראציע האט שוין אנגעהויבן די ערשטע טריט פון אפשפארן רייקערס איילענד, ברענגענדיג א שטורעם ביי איינוואוינער אין אלע באראס, וויבאלד דער פלאן איז אז מ’וועט בויען נייע טורמעס אין אלע באראס, אויסער סטעטן איילענד, צו קענען אקאמאדירן די רייקערס ארעסטאנטן – אבער גאנזאלעז זאגט אז אין ברוקלין וועט מען פשוט אויסברייטערן די עקזיסטירנדע טורמע אין דער טאוני בארום געגנט. עס איז ארויסגעברענגט געווארן אז די טורמע אויסברייטערונג איז נישט מער ווי א “טריק”, וויבאלד דאס באדייט אויך בויען נייע געביידעס און איינריכטונגען, פונקט ווי בויען א גענצליך נייע טורמע.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.