“וואס עפעס ענק? וואס עפעס זענען די שרייבער אויף אידישער ווינקל געווארן די וועלט פארזארגער?” פרעגט מיר איין יחיד צווישן א מביל פון שטיצע מעסעדזשעס אין רעאקציע צו אונזער “לאמיר דאס אויפהערן” קאמפיין קעגן די סאושל מידיא בוליאונג וואס מאכן מענטשן אומגליקליך.
עס איז אבער גאר פשוט די ענטפער. אן עושר טיילט צדקה ווייל ער איז ב”ה מצליח אין ביזנעס, און נעמט ארויס אסאך געלט.
מיר זענען אידן, און מיר גלייבן אז יעדער באקומט זיינע טאלאנטן, מעגליכקייטן, און הצלחה אין זיין פעלד, צוליב וואס עס איז אנגעשריבן פאר יעדער מענטש באזונדער וואס עס זאלן זיין זיינע אויפטוען און צוועקן.
יעדער מאכט די וועלט א שענערער פלאץ אויף זיין אייגנארטיגער וועג. איינער באקט ברויט און זעטיגט, און איינער טיילט צדקה. עס איז אבער אזוי אז יעדער טוט גוטס אין זיין תחום, מיט די אויפגאבע וואס מען האט, מיט די סיטואציע ווי מען געפונט זיך.
דעריבער איז נישט מער ווי פאסיג, אז אידישער ווינקל, אלס דער גרעסטער אידישער פלאטפארמע פאר פרומע אידן אויף געזעלשאפטליכע מידיא, זאל אדרעסירן דעם בלוט קוואל וואס רינט, און אויפמערקזאם מאכן מענטשן אז דאס איז נישט קיין טייך ווי מען זאל גיין שיפלען, נאר דאס ליבערשט אויסטרוקענען.
סאושל מידיא בוליאונג איז איין שטארקע פראבלעם צווישן אנדערע גוטע בענעפיטן וואס די געזעלשאפטליכע מידיא ברענגט, און ווען מיר זאלן קענען זיין די גוטע שליחים צו אויפמערקזאם מאכן מענטשן איבער די געפערליכע תוצאות וואס קומען ארויס, און דאס האפנטליך עטוואס עלימינירן וועט עס זיכער ברענגען א זכות אז מיר זאלן מצליח זיין ווען דער באשעפער וועט זען ווי מיר נוצן אונזער כח אויף צו טון גוטס און אויפטון פאר אנדערע וואס האבן נישט קיין וועג וויאזוי זיך צו העלפן.
און דאס איז פארוואס מיר פירן דעם קאמפיין ממש ווי עס זאל זיין א פערזענליכע זאך, מיר גלייבן אז השי”ת האט הנאה דערפון.
Post Views:
313
איך זעה נישט פארוואס איר זענט דע וואס דארפן זיך פארנטפערן וואס אין אמתן אריין דארף די אלע רוצחים וואס מאכן די קליפס אין שיקן עס ארום זיך פארענטפערן
ענק דארפן זיין שטאלץ מיט די מערכה
חזק ואמץ זעטס אנצוהאלטן די מערכה ביז ווי לאנג די אלע שפיכת דמים וועט זיך אויפהערן ביז ווען מענטשן וועלן עס אריין נעמען אין קאפ אז ווען איינער שיקט אזא קליפ פון א צווייטן זאל די גאנצע גרופ אים פארשרייען רוצח הער אויף אונז ווילן דעס נישט באקומען אויף אינזער גרופ
דער אויבערשטער וועט ענק זיכער באצאלן פארן אנפירן די מערכה