וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע האט נעכטן געמאלדן, אז די ספעציעלע שוץ פאר סירישע פליטים אין אמעריקע, דורך וועלכע טויזנטער סירישע בירגער זענען ערלויבט לעגאלערהייט צו פארבלייבן וואוינען אין אמעריקע, איז פארלענגערט געווארן פאר נאך א פאר מאנאטן.
אריגינעל האט די צייטווייליגע שוץ געזאלט אויסלויפן ביז געציילטע טעג, וואס דאן וואלטן די אלע סיריער צוריק אהיימגעשיקט געווארן, אבער היימלאנד זיכערהייט סעקרעטארשע קירסטען ניעלסאן זאגט, אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט באשלאסן אז מ’וועט עס פארלענגערן, און מען וועט פונדאסניי אפשאצן די סיטואציע יעדע פאר וואכן. די אנטוויקלונג קומט געציילטע וואכן נאכדעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט באשלאסן צו סוספענדירן די צייטווייליגע שוץ סטאטוס פאר האיטיער און סאלוואדארער.