אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

רעבעלן שיסן אראפ רוסישן פליגער

סיריע – געוועזענע על-קאידא פארבינדעטע רעבעלן אין סיריע, האבן נעכטן סוקסעספול אראפגעשאסן א מיליטערישן פליגער פון די רוסישע ארמיי, און האבן דערנאך דערמארדעט דעם פילאט. דאס האט פאסירט אינעם אידליב פראווינץ, וואו רוסישע פליגערס זענען לעצטנס אקטיוו מיט באמבארדירונגען אויף אייסיס און רעבעלן ציהלן. די רוסישע רעגירונג האט געזאגט, אז דער פילאט האט באוויזן סוקסעספול ארויסצושפרונגען פונעם פליגער נאכדעם וואס עס האט אנגעהויבן פאלן צו דער ערד, אבער דער פילאט איז אריינגעפאלן אין רעבעלן טעריטאריע, און איז דערמארדעט געווארן דארטן. רוסישע רעגירונג באאמטע האבן באשולדיגט אז אמעריקע האט צוגעשטעלט פאר די רעבעלן דעם מיסיל מיט וועלכע זיי האבן אראפגעשאסן דעם פליגער – א באשולדיגונג וואס דער פענטאגאן האט קאטעגאריש געלייקנט.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.