אריזאנע – פעדעראלע אגענטן האבן ארעסטירט א פארשוין און אים אנגעקלאגט מיט וואפנס קלאגעס, זייענדיג דער סאמע ערשטער מענטש אויסצושטיין קרימינאלע קלאגעס אין פארבינדונג מיט די ברוטאלע לאס וועגאס שיסעריי וואס האט פאסירט פארלאפענעם אקטאבער, וואו דער שיסער סטיווען פעדאק האט אומגעברענגט 58 מענטשן, בעפאר’ן באגיין זעלבסטמארד. דער פארשוין דאגלעס העיג איז ארעסטירט געווארן, נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז ער האט פארקויפט מיליטערישע סארט מאכטפולע קוילן פאר פעדאק, טראץ וואס ער האט נישט געהאט די נויטיגע לייסענס צו פארקויפן די סארט קוילן, וועלכע זענען דעזיינט צו קענען דורכלעכערן אפילו מיליטערישע פאנצערס. העיג האט ביי א פרעסע קאנפערענץ אינאיינעם מיט זיינע לאיערס געזאגט, אז פעדאק האט נישט גענוצט די קוילן ביי די לאס וועגאס שיסעריי, און אז ביים פארקויפן די קוילן פאר פעדאק, האט ער נישט געזען דאס מינדעסטע צייכן איבער זיינע פינסטערע מאטיוון.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.