וואשינגטאן – דער רעפובליקאנער סענאטאר דזשאן מעקעין און דער דעמאקראטישער סענאטאר קריסטאפער קאונס, האבן אינאיינעם ארויסגעשטעלט א נייעם געזעץ פארשלאג, צו לעזן די אישו פון די דאקא אימיגראנטן.
דער ביל פארשלאג בינדט נישט צו די אישו פון דאקא צו קיין שום פעדעראלן בודזשעט אדער שפענדונג, נאר באציט זיך דירעקט צו דאקא, אהערשטעלנדיג א סיסטעם דורך וועלכן די הונדערטער טויזנטער אומלעגאלע דאקא אימיגראנטן וועלן קענען באקומען פערמאנענטע לעגאלע בירגערשאפט אין אמעריקע, און אין דער זעלבער צייט שטעלט עס צו ביליאנען דאלארן פאר פרישע גרעניץ זיכערהייט – אבער נישט פאר טראמפ’ס געפלאנט מעקסיקא-גרעניץ וואנט.
טראמפ האט רעאגירט אויף טוויטער, “פאר סיי וועלכע פלאן וואס האט נישט קיין געלטער פאר דער וואנט, איז א שאד מיין צייט”.