פון אלץ און אלעמען

“אובער”/”וועימא” פראצעס אנגעהויבן

קאליפארניע – נעכטן האט זיך אפיציעל אנגעהויבן דער אינטערעסאנטער פראצעס צווישן די צוויי גרויסע טעכנאלאגיע פירמעס “אובער” און “וועימא”.

דער פראצעס באציט זיך איבער דעם וואס “וועימא”, די זעלבסט-דרייוונדיגע קאר טעכנאלאגיע פירמע וואס באלאנגט פאר “גוגעל”, באשולדיגט אז “אובער”, די גרויסע טעכנאלאגישע טעקסי פירמע, האט גע’גנב’עט האקעלע האנדלס-סודות און טעכנאלאגיע-סודות פון איר, ווען זי האט אויפגענומען ענטאני לאוואנדאוסקי, א געוועזענער וועימא איינגעשטעלטער.

דער פראצעס ווערט שטארק נאכגעפאלגט דורך דער טעכנאלאגיע אינדוסטריע, און ספעציפיש דורך אזעלכע וואס זענען ענטוזיאסטיש איבער’ן צוקונפט פון זעלבסט-דרייוונדיגע קארס, וויבאלד עס קען זיך ענדיגן אז אובער וועט דארפן צאלן מיליאנען פאר וועימא, און אויך קען עס אפעקטירן די צוקונפטיגע אנטוויקלונג פון זעלבסט-דרייוונדיגע קארס.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.