אריזאנע – אן אינטערעסאנטע געשיכטע האט זיך אפגעשפילט אין מעריקאפע קאונטי, אריזאנע, וואו די פאליציי האבן באוויזן צו כאפן א לאנג-געזוכטן רויבער, דורכדעם וואס א פאליציי אפיציר האט זיך פארשטעלט ווי א ריעל עסטעיט אגענט.
דער אינצידענט האט פאסירט ווען דאגלעס סטיווען בלעק איז געזוכט געווארן דורך די פאליציי, פאר’ן פארלעצן זיינע “פראבעישאן” טערמינען, זייענדיג צייטווייליג באפרייט פון א טורמע אורטייל דינסט.
די פאליציי האבן באקומען א קאלל פון א לאקאלן ריעל עסטעיט אגענט אז בלעק זוכט צו קויפן א הויז מיט פאלשע טשעקס פון א פאלשע באנק אקאונט, און די פאליציי האבן דאן גענומען איין אפיציר, וועלכער האט זיך פארשטעלט ווי א ריעל עסטעיט אגענט און אנגעבאטן פאר בלעק א הויז. בלעק איז געפאלן פאר’ן געשעפט, און ווען ער האט געהאלטן ביים שליסן א דיעל מיט’ן “ריעל עסטעיט אגענט”, האט דער אפיציר ארויסגענומען זיין פאליציי “בעדזש” און ארעסטירט בלעק.