טעקסאס – לאקאלע פאליציי אין מעדיסאנוויל, טעקסאס האבן באקומען א מאדנעם עמורדזשענסי רוף, ווען א פארפאלק האט אריינגערופן און ליארעמט אז זייער הויז איז גע’גנב’עט געווארן. ווען דער דיספעטשער האט איבערגעפרעגט צי זיי מיינען צו זאגן אז זייער הויז איז בא’גנב’עט געווארן, דאס הייסט אז עמיצער האט זיך איינגעבראכן דערין, האט דאס פארפאלק קלארגעשטעלט אז ניין, נאר זייער הויז איז ווירקליך גע’גנב’עט געווארן…
דאס העריסאן פארפאלק האט שפעטער געשילדערט, אז זיי האבן מיט עטליכע מאנאטן צוריק געקויפט א פארטיגע איין-בעדרום הייזקע און עס אוועקגעשטעלט אויף א וואקאציע פראפערטי וואס זיי האבן אינוועסטירט דערין אפאר יאר צוריק. יעצט ווען זיי זענען אנגעקומען צו דעם שטח און געוואלט פארברענגען עטליכע טעג אין זייער נייע אומבאנוצטע וואקאציע היים, האבן זיי צו זייער גרויס אנטוישונג באמערקט אז דער גאנצער הויז איז פארשוואונדן. די פאליציי פארשט עס.