וואשינגטאן – קאנגרעס, סענאט און דאס ווייסע הויז זענען ווידער פארכאפט אין פיבער איבער א מעגליכע רעגירונג שאטדאון, וואס וועט פאסירן אויב עס ווערט נישט באשטעטיגט א בודזשעט ביל ביז דאנערשטאג נאכט, וואס דאן לויפט אויס די געלטער וואס קאנגרעס האט געהאט באשטעטיגט מיט 3 וואכן צוריק, אפשטעלנדיג דעם דעמאלטדיגן דריי-טאגיקן שאטדאון.
פרעזידענט טראמפ האט נעכטן קאמענטירט אז “איך וואלט זייער שטארק געגליכן צו זען א שאטדאון”, אויב די דעמאקראטן בלאקירן א בודזשעט ביל ווייל זיי ווילן זיך נישט ברעכן אויף דער אישו פון אימיגראנטן”. טראמפ’ס קאמענטארן זענען שטארק אראפגעריסן געווארן, ברענגענדיג ווייסע הויז ווארטזאגערין סערע סענדערס אויסצוקלארן שפעטער אז “דער פרעזידענט גלייכט נישט קיין שאטדאונס”.
אויפ’ן פאזיטיוון פראנט, האט מען געהערט אז די סענאט פירער, רעפובליקאנער מיטש מעקאנעל און דעמאקראט טשאק שומער, ארבעטן אויף א בודזשעט ביל וועלכע וועט אפשטעלן די נאכאנאנדיגע שאטדאון דראמא און קאפ-ווייטאג, דורכ’ן צושטעלן פערמאנענטע רעגירונג פאנדינג פאר 2 יאר, און וועט ארייננעמען אין זיך אויסגעברייטערטע פענטאגאן שפענדונג און מער געלט פאר געוויסע רעגירונג פראגראמען.
מעקאנעל און שומער ארבעטן אויס דעם ביל, אז עס זאל באפרידיגן די רעפובליקאנער און דעמאקראטן, סיי אין סענאט און סיי אין קאנגרעס, און אויך אז טראמפ זאל זיין צופרידן אז מען שטעלט צו מער געלט פאר’ן פענטאגאן – א הויפט פריאריטעט פאר אים. מעקאנעל און שומער האבן נעכטן געזאגט אז זיי זענען אפטימיסטיש אז זיי קענען גרייכן דעם דיעל.