וואשינגטאן – דאס ווייסע הויז האט נעכטן קלארגעשטעלט, אז פרעזידענט טראמפ האט ווייטער פולע קאנפידענץ אין זיין שטאב-הויפט דזשאן קעלי, און אפגעלייקנט די באריכטן אז טראמפ זוכט עמיצן אים צו ערזעצן. קעלי האט זיך געטראפן אין די העדליינס אין די לעצטע פאר טעג, נאכדעם וואס עס איז באריכטעט געווארן אז ער האט געוואוסט פון די קרימינאלע רעקארדס פון ראב פארטער, ווייסער הויז שטאב סעקרעטאר, און סטיווען סארענסען, א רעדע שרייבער פאר’ן פרעזידענט, און קעלי האט דאס איגנארירט און געלאזט זיי ביידע ווייטער ארבעטן אין ווייסן הויז.
די באריכטן, זינט די מידיא האט אויפגעדעקט איבער פארטער און סארענסען און ביידע האבן רעזיגנירט, האבן געלויטעט אז טראמפ קלערט פון 3 נעמען צו ערזעצן קעלי, אריינגערעכנט קאנגרעס מאיאריטעט פירער קעווין מעקארטי און ווייסע הויז בודזשעט דירעקטאר מיק מולוועיני, אבער טראמפ’ס ראטגעבערין קעליען קאנוועי זאגט, אז די באריכטן זענען נישט אמת, און טראמפ זוכט נישט אן ערזאץ פאר קעלי.
קרעדיט: דער איד