אריינפיר: “…האסט געהערט איבער דעם נייעם זינגער שמוליק אונגאר? …עפעס א נייע שטערן שמואל יונגער, אונגער, אינגבער, …עפעס אזוי, איך הער אז ער איז גאר גוט!” זענען געשטאנען די קופקע פירער, מוזיק מבינים און די בחורים אין די פריע שטאפלען פון די אויפשטייג פון דער קאנאן און מוזיק שטערן שמילי אונגאר, יעדער האט באוואונדערט דעם ניי אנטדעקטן שטימע וואס האט אנגעהויבן ברענגען אונטערהאלטונג אויף א ציענדער וועג מיט נייע קנייטשן און חידושים, וואס האבן אלעמען געברענגט צו מודה זיין אז א פרישער טאלאנט איז געווארן אנטדעקט, און שיינט אויף מיט די ליכטיגסטע פארבן און קאלירן.
שמילי אונגאר האט געברענגט א נייע זיסע שטימע אויסצוהערן, א פרישע באזע פון אנהענגער, און א מוזיק סטיל פון א נייע סארט קאליווער, ער טראגט מיט זיך א זיסער אנגענעמע שטימע פליסיג ווי א פידל ער זינגט מיט די גאנצע אייפער, קענענדיג נעמען א זאל פון פארשלאפענע מענטשן דאס מאכנדיג צו א חתונה נאכט צום געדענקען.
די אויפשטייג פון שמילי איז א חידוש, נעמענדיג אזעלכע ריזיגע טריט אין אזא קורצע צייט אפשניט, און איז זיכער באגלייט מיט אסאך סיעתא דשמיא, ווען גאר ווייניג האבן באוויזן צו אפהאלטן אז
א שטורעם, און עפענען די מיילער פון טויזענטער, לאזנדיג מענטשן באגייסטערט איבער זיינע מוזיק טאלאנטן.
שמילי איז ערשינען מיט א מוזיק אלבוים “שמילי 2” וואס די נומבער צוויי האט דאן געדארפט צו זיין א מארקעטינג חידוש צו הייבן די אויגן ברעמען, זיין ערשטע (צווייטע…) אלבוים האט געשאקלט וועלטן, און געברענגט הערליכע ניגונים וואס מען זינגט צו יעדע געלעגנהייט.
שמילי באקומט פארלאנגען פאר נאך, און האט צוגעשטעלט. די וואך איז די שמילי אונגאר סענזאציע ערשינען מיט א פרישער קנאקעדיגער אלבוים, “מאך א ברכה” וואו שמילי זינגט הערליך אראפ 13 נייע ניגונים, מיטן הויכפונקט פון דער ערשטער ניגון “מאך א ברכה” אויף וואס די אלבוים נאמען איז געגעבן געווארן.
אלזא, איז נישט דא קיין מער פאסיגערער צייט צו ארויפנעמען שמילי אויף “אידישער ווינקל” פרעגן פראגעס און באקומען ענטפערס, גריבלען הינטער די קוליסן, און געוואויר ווערן די פארבארגענע חלקים ביים ארויסגעבן אן אלבוים, די פראגעס זענען געפרעגט געווארן דורך די אונזערע ליינער, אין אונזער ספעציעלע פראיעקט “מאך א פראגע – מיט שמילי” צו די ערשיינונג פון די נייע אלבוים. מיר געבן איבער די פראגעס פאר אונזערע ליינער, און די ענטפערס פאר שמילי, מיר האפן איר וועט הנאה האבן…
די פראיעקט ווערט געברענגט צו אייך און ערמעגליכט, דורך אונזער ספאנסער, די פירמע “Dvash” מיט די בעסטע סנעקס צו יעדע צייט.
פארזוכט די געשמאקע נייע ווייטאמין געטראנק, געברענגט צו אייך דורך דבש, מיט די בעסטע טעם, געזונטסטע מינעראלן, און פיינע הכשר. עס וועט אייך געבן דעם שטופ פארן טאג!
באזוכט דא צו זען און באשטעלן:
www.Dvashfoodsusa.com
פראגעס ארום שמילי און זיין קאריערע
א ליינער פרעגט: ווען און וויאזוי זענט איר אריין אין די ליין פון נגינה?
שמילי ענטפערט: איך פלעג אלעמאל זינגען אלס קינד, אבער פראפעסיאנאל זינג איך זינט די 21 יאר.
א ליינער פרעגט: ווער זענען געווען די מענטשן דיר צו סופארטן צו גיין זינגען?
שמילי ענטפערט: מיינע פריינט און פאמיליע. די זענען וואס העלפן און שטיצן א מענטש אין אלע צייטן.
א ליינער פרעגט: וויפיל האסטו געצאלט מען זאל דיר נעמען אין אנהויב…?
שמילי ענטפערט: הא… איך האב גארנישט געצאלט.
א ליינער פרעגט: פאר וויפיל יאר זינגסטו שוין אלעס אינאיינעם?
שמילי ענטפערט: 25
א ליינער פרעגט: די גרעסטע גדול פארוועם האסט שוין געזינגען?
שמילי ענטפערט: איך האב שוין ב”ה געזינגען פאר אסאך חשוב’ע אידן, צווישן זיי הרב קאפעלמאן זצ”ל און להבלחט”א הגאון רבי חיים קאניעווסקי שליט”א.
א ליינער פרעגט: דו קענסט הנאה האבן פון דיין יום טוב פורים, ווען דו ביסט צוגעבינדן צו דיין דזשאב, און קענסט נישט פראווען מיט דיין פאמיליע?
שמילי ענטפערט: מען זינגט אביסל און מען פארברענגט מיט די פאמיליע אביסל, מען געבט זיך אן עצה.
א ליינער פרעגט: ביסט אנדערש פון געוויסע זינגערס מיט די פאקט פון “שנעלקייט אין צייט” וואס האסט אויפגעכאפט, וואס האלטסטו זענען די זאכן וואס האבן צוגעשפילט זאלסט אזוי שנעל אנקומען ביזן שפיץ
שמילי ענטפערט: אוודאי סיעתא דשמיא, דער אויבערשטער דארף געבן חן און מזל פאר א מענטש, מען קען גארנישט דערגרייכן אן אים.
פארשטייט זיך אז קרעדיט קען מען צוטיילן פאר אסאך מענטשן וואס האבן מיר געהאלפן דורכאויס דעם לאנגן וועג, ווי ר’ דוד קויפמאן, ר’ נפתלי משה שניצלער. און נאך
א ליסטע פון פריינט.
דער רעדאקציע פרעגט: וויאזוי האסטו געשפירט ווען עמיצער האט דיר געפרעגט אויב האסט א געפיל, צו די געפילן וואס מען שפירט נאכן האבן א געפיל (לכבוד חודש אדר)
שמילי ענטפערט: האהא
א ליינער פרעגט: אין א זייטיגע נאטיץ, וואס האלטסטו איבער די געפערליכע מגיפה פון סאושל מידיא בוליאונג, ווען עס פארן ארום בילדער און ווידעא פון מענטשן אין שוואכע מאמענטן, און שעכט אפ די לעבנס פון מענטשן?
שמילי ענטפערט: מיין מיינונג איז, אז עס איז א בושה און נידערטרעכטיגקייט צו ארומשיקן ווידעא פון מענטשן, און די קאמפיין איז געוואלדיג, אבער פון די צווייטע זייט דארפן מענטשן אכטונג געבן, און נישט דורכפאלן אפילו אין שוואכע מאמענטן, ווייל דאס איז היינט וואס פאסירט. זאכן פליען ארום זייער שנעל.
א ליינער פרעגט: ס’איז אמת אז ביי ווידעא קליפס גייט דער זינגער אריין אין סטודיא איבערזינגען, דאס צושטעלנדיג צוזאמען מיט די ווידעא?
שמילי ענטפערט: ביי חתונה ווידעאס וועלן רוב זינגערס אריינגיין אין סטודיא איבערזינגען געוויסע שטיקלעך וואס זענען נישט גוט אויסגעקומען, אדער צו צופיצן אביסל די זאך. איך גיי נישט, אבער ביי מוזיק ווידעאס גייט קיינער נישט אין סטודיא.
א ליינער פרעגט: איז דא א געוויסע טאלאנט אדער דזשאב וואס אויב קענסט יעצט באקומען די מעגליכקייט דאס צו האבן, וועסטו דאס נעמען אנשטאט זינגען?
שמילי ענטפערט: ניין.
א ליינער פרעגט: אז מען רעדט שוין פון מאכן ברכות, וועלכע ברכה מאכט מען אויף גוטע מוזיק?
שמילי ענטפערט: הטוב והמטיב.
א ליינער פרעגט: עס קיצלט דיר נישט אז מיטן ארויפגיין פרייזן זענען דא אסאך וואס קענען נישט נאכקומען און מוזן דיר פארלירן אויף שמחות?
שמילי ענטפערט: ניין, ווייל ס’איז זייער שווער צו זינגען יעדע נאכט.
א ליינער פרעגט: וועמען וואלטסטו גענומען צו זינגען ביי דיין אייגענע קינד’ס חתונה?
שמילי ענטפערט: יהושע בערקא.
א ליינער פרעגט: וואלטסט געלאזט דיין זוהן ווערן א ילד הפלא, מיט ארומגיין זינגען אויף חתונות און אוונטן?
שמילי ענטפערט: נאר אויב ער איז באמת גוט.
א ליינער פרעגט: איז געווען א זאך וואס פלעגסט ווילן עס זאל זיך טוישן אין די מוזיק מארקעט, און דאס אויסגעפירט?
שמילי ענטפערט: ניין. נישט וואס איך קען טראכטן.
א ליינער פרעגט: פארוואס אלס א היימישער חסיד’ישער זינגער זינגסטו אויף די ליטווישער הברה?
שמילי ענטפערט: ס’איז טאקע נישט גרינג, אבער אויב וויל מען דערגרייכן רוב כלל ישראל דארף מען זינגען מיט מעינסטרים הברה גלייך ווי חזנות.
א ליינער פרעגט: ווער איז דיין ראול מאדעל אין די מוזיק וועלט?
שמילי ענטפערט: איך ווער אינספירירט פון אברהם פריעד און בערי וועבער.
פראגעס ארום די נייע אלבוים “מאך א ברכה.”
א ליינער פרעגט: ווילאנג נאכן ארויסקומען מיטן ערשטן אלבום האט מען באשלאסן אז מ’גייט ארבעטן אויף נאך איינס
שמילי ענטפערט: ארום א מאנאט דערנאך.
א ליינער פרעגט: פארוואס האסטו נישט קיין קאמפאזיציעס פון “יוסי גרין?
שמילי ענטפערט: ס’איז נאכנישט געקומען די ריכטיגע צייט
א ליינער פרעגט: וואס איז פשט פון די נומער 3 אויפן דעקל?
שמילי ענטפערט: אלס א “שטיק”
א ליינער פרעגט: פארוואס ביסטו געגאנגען צו הערשי גינזבורג, ער טוט שוין גארנישט (אויסער פאר מאטי) פאר אסאך יארן?
שמילי ענטפערט: איך האב מיט אים געארבעט אין לאנדאן און מיר האבן זיך זייער גוט פארשטאנען.
אדווערטייזמענט – טאלאנטפולער מוזיקאנט, צו באשיינען אייער שמחה אדער אווענט – רופט צו באשטעלן, דוד ווייזער – 1-347-822-3397
א ליינער פרעגט: וויפיל געלט האט די סידי געקאסט?
שמילי ענטפערט: קרוב צו 125,000!
א ליינער פרעגט: ווען קומט ארויס די קומענדיגע סידי?
שמילי ענטפערט: ווער ווייסט!
א ליינער פרעגט: שמילי גייט יעצט ארויף גיין מיט די פרייז פון א חתונה?
שמילי ענטפערט: מען קען זיך רעכענען
א ליינער פרעגט: פארוואס האט נישט משה לויפער אראנדזשירט די אלבום?
שמילי ענטפערט: ווייל מ’איז געגאנגען מיט אנדערע חברה לייט מער 2018 סטיל.
א ליינער פרעגט: איר האט אויסגעוועלט די ניגון מאך א ברכה ווייל איר האט געוואלט מאכן ווארעם דעם עולם צו מאכן ברכות, אדער אלס א שיינער ניגון.
שמילי ענטפערט: איך האב עס אויסגעוועלט אלס א שיינער ניגון און דאן האט עס אויף מיר געהאט אליינס אן השפעה, און איך קען באשטיין עס זאל אויפטון גוטע זאכן.
א ליינער פרעגט: פארוואס מאכט שמילי צוויי נעמען “תעשה ברכה,” און “מאך א ברכה” און נישט אין ענגליש?
שמילי ענטפערט: ווייל עס קלינגט נישט גוט צו אפטייטשן מאך א ברכה אין ענגליש.
א ליינער פרעגט: וועלעכע קווייער ניצט שמילי אויפן אלבום?
שמילי ענטפערט: שירה, אלי שפריי, חבריה, משה קרויס, המזמרים – חילא פאזען, הערשי וויינבערגער
א ליינער פרעגט: וואס איז די געשיכטע אונטער דעם אז פינקי וועבער האט געמאכט די מוזיק פאר עטליכע ניגונים?
שמילי ענטפערט: מיר האבן געוואלט עפעס פריש מיט פינקי’ס נשמה.
אין צוזאמענהאנג מיט דעם ארטיקל טוט אייך “ניגון” דיסטריביוטערס שענקען 10% אראפ די פרייז, אויף די הערליכע “מאך א ברכה” אלבוים. ביי “טשעקאוט” לייגט אריין די פראמא קאוד YV10 און די סיסטעם וועט שוין וויסן אז איר קומט פון אידישער ווינקל. צו קויפן “מאך א ברכה” דרוקט דא, לויפט און קויפט!
צום שלוס, בעטן מיר שמילי ער זאל זאגן אפאר ווערטער צו די וואס האבן אים געהאלפן מאכן דעם אלבוים, צו די וואס האבן געקויפט דעם אלבוים און צו די וואס שעצן זיינע טאלאנט.
שמילי זאגט: יא עטליכע ווערטער פאר די וואס האבן געהאלפן מאכן דעם אלבוים, מענטשן זענען פארנומען אלעמאל מיטן זינגער, “דער זינגער האט ארויסגעגעבן, דער זינגער טויגט,” נפתלי משה האט מיר דערציילט אז ווען בערי וועבער איז ארויסגעקומען מיט זיין אלבוים טענק יו ה’, איז ער אריין מיט בערי אין גאטליעב’ס, און מענטשן זענען באפאלן בערי, פשיהא, האסטו דעליווערט אזא שיינע אלבוים… בערי האט זיי אלע געצייגט, אויף נפתלי משה, זאגנדיג ער איז דער וועמען ענק זאלן קלאפן די פלייצע, הי איז יור מען, די אלע האבן געזאגט, “גוט, נפתלי משה איז פיין, אבער בערי, בערי ביסט דאך אזוי גוט דו,” און איגנארירט נפתלי משה.
מענטשן האבן א פראבלעם אדער שוועריגקיייט צו געבן קרעדיט פאר דער וואס עס קומט זיך באמת, איז די סידי האט נישט געקענט צושטאנד קומען אן נפתלי משה שניצלער, הערשי וויינבערגער, שלמה זלמן וועכטער, יואלי פריינד, שרולי מאיער, די זענען די הויפט שפילער, און איך וויל זיך באמת באדאנקען פאר די וואס שטיצן אידישע מוזיק, די וואס גייען קויפן דעם הארטן קאפי, זיי פארטיפן זיך אין די מוזיק, און הערן די וואקאלן, זיי ליינען אפ דעם דעקל אינהאלט, און האבן הנאה, אויך די וואס דאונלאודן די אלבוים פון ניגון אדער מאוסטלי מוזיק, די וואס נעמען דאס אראפ פון אייטונס, עמעזאן, אדער גוגל פלעי, עס העלפט ארויס, עס דעקט זיך נישט ממש, אבער עס העלפט דעם זינגער ווילן ברענגען נאך קוואליטעט מוזיק.
יעצט פאר די וואס שעצן מיין טאלאנט, עס איז טאלאנט וואס דער אויבערשטער געבט, ער געבט עס און ער נעמט עס אוועק, איין טאג קומט עס און איין טאג גייט עס, איך בין דאנקבאר פארן באשעפער און די אלע וואס קוקן ארויף אויף מיין טאלאנט, זאלן נישט ארויפקוקן אויף מיין טאלאנט, זיי זאלן ארויפקוקן אויף די פאקט אז איך און אלע אנדערע זינגערס האבן באמת די זכיה צו טוישן מענטשן’ס לעבן, איך נעם דאס נישט פאר לייכט, ווען איך זינג פאר מענטשן, צו אין טורמע, צו אין די שפיטעלער מיט די ארגענעזאציעס אויפצולעבן נישט געזונטע חולי ישראל, איז א געוואלדיגער סאטיספאקציע, איז ווען זיי שעצן מיר זאלן זיי נישט שעצן מיין טאלאנט, וואס איז דא צו שעצן טאלאנט? מען זאל שעצן דעם באשעפער וואס ער צייגט זיין שיינקייט דורך די פולע טאלאנט וואס ער שיקט אראפ, און מען זאל שעצן דאס אז מיר קענען דערפרייען אידישע קינדער און מאכן גוטע זכותים, עס פאדערט זיך נישט קיין סך פאר מיר צו קענען טוישן א מענטשן’ס לעבן, און דאס איז עפעס וואס איך שפיר געבענטשט דערמיט, און איך בין שטאלץ אז דער אויבערשטער האט מיר אויסגעוועלט צו זיין דער שליח און קענען אויפטון.
מיר טוען זיך באדאנקען פאר שמילי פאר זיין צייט און פארן ענטפערן די פראגעס, וואס וועט זיכער ברענגען אסאך הנאה פאר אונזערע ליינער.
אלעס פאס סי מיט מויוזיק