דער הייליגער בעל התניא זי”ע האט געהאט א חסיד, מיטן נאמען ר’ שמואל מונקעס, ר’ שמואל איז געווען באקאנט מיט א חוש אין הומאר, איבער וואס עס ווערט פארציילט פארשידענע אנעקדאטן.

האט פאסירט אמאל אז ר’ שמואל איז געווען אונטערוועגנס דעם לעצטן שבת פון יאר, און איז איינגעשטאנען אין א קרעטשמע אין א פארשטופטן דארף.

מוצאי שבת ווען דער דארפסמאן מאכט זיך גרייט צו גיין זאגן סליחות, לייגט זיך ר’ שמואל אריין אין בעט, כאילו ער גייט יעצט שלאפן פאר די נאכט, זאגט די אידענע פאר’ן מאן: “גיי וועק אויף דעם גאסט צו סליחות..” גייט ער אריין אינעם צימער וואו ר’ שמואל איז ‘געשלאפן’, און רופט: “ר’ איד, שטייט אויף און מאכט אייך גרייט צו סליחות..” ר’ שמואל עפנט האלבוועגס די אויגן און פרעגט מיט א מידן קול: “סליחות? וואס איז דאס סליחות?” און דרייט זיך אויס צו די אנדערע זייט.

ערשטוינטערהייט גייט ער ארויס און בליקט זיך איבער מיט זיין פרוי, א איד וואס קוקט אויס ווי א תלמיד חכם זאל נישט וויסן וואס עס מיינט סליחות? די אידענע ווערט אומגעדולדיג, לויפט צו ר’ שמואל’ס צימער און הויבט אָהן שרייען: “ר’ איד וואס איז מיט אייך, אלע גרייטן זיך צו גיין זאגן סליחות, און שלאפט דא מיט א רואיגקייט?”

“אבער וואס מיינט סליחות?” איז דער חסיד פאר’עקש’נט, “וואס הייסט איר ווייסט נישט וואס דאס מיינט” שרייט די אידענע, “סליחות איז אז מ’גייט אין שוהל בעטן דעם אויבערשטן אז די קוה זאל געבן מילך, דאס פעלד זאל ארויסגעבן גוטע פרוכט און גרינצייג, און אז במשך דעם נייעם יאר זאל זיין פרנסה בשפע…”

“פוי” פארקרימט זיך דער חסיד דעם פנים, “עלטערע מענטשן שטייען אויף אינמיטן די נאכט בעטן אויף עסן???…”

די מעשה’לע קען ארויפברענגען א שמייכל אויף אונזער פנים זעענדיג ווי קליינקעפיגע דארפסלייט האבן נישט קיין בעסערע השגות ווי דאס אז די קוה זאל געבן מילך, אבער מיר ברויכן אריינטראכטן צו מיר זענען אזויפיל בעסער פאר מיר קענען לאכן.

א חסיד פונעם בעלזער רב רבי ישכר דוב, איז אמאל געווען ביי זיין רבי’ן אויף שבת סליחות, מוצאי שבת איז ער אריין זיך געזעגענען פאר ער פארט אהיים.

טרעפט ער דעם צדיק ווי ער גרייט זיך צו סליחות, פון זיינע אויגן גיסן טרערן, ער וויינט און קרעכצט:

“מיר זאגן ביי סליחות, ‘כדלים וכרשים דפקנו דלתיך’.. יא יא, מיר זענען טאקע ביטערע ארימעלייט, אבער אַן ארימאן דארף אויך וויסן וויאזוי צו בעטן… אויב וועט ער זיך איינברעכן ביים עושר און פארלאנגען א נדבה מיט אַן עזות, נישט נאר וועט ער גארנישט באקומען, נאר ער וועט זיך טרעפן אינדרויסן מיט חרפות און בושות..”

שטייענדיג אין א צייט, ווען יעדער איז פארנומען מיט זיין סדר היום, ביי דעם איז יעצט דער לאנג ערווארטעטע יו”ט שאַפּינג סעזאן, דער אנדערער לויפט מאכן די ריטוירנס וואס זיין אידענע האט נישט קיין צייט -אדער שעמט זיך- צו טוהן אליינס, איינער באשטעלט א סוכה און אַן אנדערער איז פארנומען צו האלטן עטליכע פּאַרקינג ערטער פאר זיין קאנטעינער/מאביל, פון פראקטיצירן דעם נוסח צו מאנען געלט פאר די זיצן צו ערלעדיגן עמעזאן פאר די דריי טעג יו”ט צו מאכן פלאץ אין פריזער, לאמיר זיך געבן א שטעל אפ אויף א מינוט און טראכטן:

וואס מיינט סליחות? צו בין איך בעסער פונעם דארפסמאן? וועט א נייע קאר צו א גרויסע שיינע הויז מיר מאכן מער צופרידן? פארוואס לעב איך?

די סליחות טעג זענען געמאכט זיך כאפּן, און מאכן א חשבון הנפש מיט וואס מיר קענען זיך פארבעסערן אין לערנען, דאווענען, צדקה, חסד, קשר מיט די משפחה און קינדער, א.א.וו.

מאנכע קוקן אהן דעם חודש אלול ווי אן הכנה צו די מאנסטערישע ‘ימים נוראים – פארכטיגע טעג’, דער אמת איז אבער, אז אלול איז אַן הכנה צום גאנצן קומענדיגן יאר, איצט איז די צייט זיך פאָרצונעמען און איינשטעלן א קבלה טובה, מחזק זיין אין ענינים וואס ברויכן חיזוק א.א.וו.

פון רבי’ן ר’ בונם פון פשיסחא זאגט מען נאך, אז “דער גרויסער שולד פון א מענטש איז נישט די עבירות וואס ער האט געזינדיגט, ווייל די נסיונות זענען דאך ביטער גרויס, און די כוחות שוואך, זיין שולד איז נאר ווען ער האט א געלעגענהייט תשובה צו טאן און פארפאסט דעם געלעגנהייט..”

“רבותי!! שטייט אויף צו סליחות!!..”

זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן אלע זוכה זיין צו גוט זיס געבענטשט יאר מיט אלעם גוטן ברוחניות ובגשמיות, צו א כתיבה וחתימה טובה, להיכתב בספרן של צדיקים, לחיים טובים וארוכים ולשלום, בבני חיי ומזוני, און צו גיין קעגן משיח צדקינו במהרה במינו אמן…

ערשינען אויף אונזער טעלעגראם טשענעל דורך: משה כהן

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.