כינע. – דאקטוירים אין אן עמערדזשענסי אפעראציע צימער, האבן נישט געוואלט גלייבן וואס זייערע אויגן האבן צוגעזען, ווען זיי האבן אפערירט א מאן צוליב שטארקע יסורים, ווען זיי האבן אפגעפונען א ווענגער, (דאס איז א סארט פיש-שלאנג וואס האט נישט קיין שופן אדער פלוספעדערן, און איז גליטשטיג מיט די הויט ווי א פיש) וואס איז נאך געווען ביים לעבן, פונקציאנירנדיג געהעריג אינעם פאציענטס קערפער.
ווענגערס זענען לאנגע פיש שלענג וואס טייל דערפון זענען גאר סכנה’דיג, און קענען ארויסשיסן עלעקטריציטעט שאקס דערמיט פאנגענדיג אנדערע פיש אונטערן וואסער.
דער מאן איז ערשינען אין שפיטאל מיט גרויסע פיין און יסורים, און די דאקטוירים האבן באשטעטיגט אז ער וואלט מעגליך אויסגעגאנגען ווען ער קומט אפילו א טאג שפעטער!
דער פאציענט 49 יאר אלט איז געווארן אריינגעפירט צו די אפעראציע צימער, און די עקס-רעיס האבן געצייגט פאר די דאקטוירים ווי עס געפונט זיך דער אביעקט.
זיי האבן דאן אפערירט דעם פאציענט, און אפגעפונען דעם שלאנג, עס האט ארויסגערופן שאק, און איין נוירס איז ארויסגעלאפן פון שטוב פון גרויס צעמישטקייט…
דער פאציענט איז געווארן געראטעוועט, און איז געגאנגען פאר ספעציעלע הילף ווערנדיג טראומאטיזירט, עס איז נישט קלאר ווי ער האט דאס איינגעשלינגען.