יונייטעד לופטליניע איז לעצטנס געווען אין די נייעס צוליב די ברוטאלע באנעמונג מיטן אראפשטויסן א פאסאנדזשיר פון די פליגער, צוליב וואס זיי האבן פארמאגט צופיל רעזערוואציעס פארקויפט מער טיקעטס וויפיל פלאץ די פליגער האט פארמאגט.
די וואך איז יונייטעד נאכאמאל געווען אין די נייעס, ווען זי האט געמוזט עוואקואירן א פליגער אנגעפולט מיט מענטשן צוליב וואס מען האט געפונען א גיפטיגע קריכעדיגס צווישן די זיצן אין די פליגער.
די פליגער מאנשאפט אויפן וועג קיין יוסטאן, האט עוואקואירט די פאסאדזשירן צו א אנדערע פליגער, ווען מען האט אפגעפונען א “סקארפיאן” וואס איז געקראכן אונטער די זיצן.
פאראמעדיקס האבן אונטערזיכט אלע פאסאדזשירן נעבן די זיצן ווי מען האט געפונען די באשעפעניש, צו זען אויב זיי זענען מעגליך געשטאכן געווארן.
יונייטעד האט באצאלט א נאכטמאל פאר אלע פאסאדזשירן וואס האבן געדארפט ווארטן עטליכע שטונדן ווילאנג מען האט איבערגעפאקט אלע זייערע רענצלעך צו די אנדערע פליגער, קענענדיג פארן ווייטער.
די געשיכטע האט פאסירט א מאנאט נאכדעם וואס א מאן איז געביסן געווארן דורך די זעלבע סארט חיה, אויף א אנדערע פליגער פון יונייטעד, וועלכע האט קאמענטירט אז זיי קוקן אריין וואס דאס קען מיינען.